סאלאט

עסנווארג זענען פארשידענע מאטעריאלן וואס ווערן אריינגענומען אין די בעלי חיים דורך דעם וואס זיי עסן זיי, דאס איז כדי זאלן זיי זיך אָנשעפן מיט ענערגיע און אנדערע וויכטיגע באדארפענישן (ווי פראטעינס, זאלץ און פארשידענע וויטאמינס). אויב די עסן זענען גיסנדיג הייסט דאס "געטראנקען". מענטשן און א סך אנדערע בעלי חיים עסן סיי פלייש פון אנדערע בעלי חיים (ארגאניזם) (וואס זענען נישט פון איר מין), און סיי געוואוקסן.

די פלאנצן (ברויכן צו עסן, נאר זיי קענען אויך) באקומען ענערגיע פון די זון.

סארטן עסן

עסן איז דא פון פארשידענע סארטן, און יעדעס סארט העלפט דעם מענטש אין אן אנדערן וועג.

די הויפט ענערגיע געבער

דגן: ווייץ, גערשטן, רייז, .....

פראטין

וויטאמינען

פרוכט און ירקות..

סתם פאר געשמאק

קיכן, צוקערלעך, אייז קרעם....

געטראנקען

וואסער

אלקאהאל

שאפן עסן

פאנגען

פאנגען מיינט, כאפן אין די וועלדער ווילדע חיות. היינט האדעוועט מען די חיות אין פארמאכטע שטאלן און מען דארף נישט מער פאנגען.

פלאנצען

עסן פראצעסירונג

קאכן

קאכן מיינט, מאכן די עסנווארג הייס אין קאכעדיקע וואסער צוליב די פאלגענע סיבות:

  • אזעלכע מאכלים וואס מען קען נישט עסן רוי און מען מוז זיי ווייך מאכן כדי זיי צו קענען עסן. ווי פלייש, לינזן, א.ד.ג.
  • מען קאכט פארשידענע מאכלים צוזאמען כדי אויסצומישן אפאר טעמים צוזאמען וואס מאכט געשמאקער די עסן.

באקן

באקן מיינט, אריינלייגן די עסנווארג אין א פארמאכטע אנגעהיצטע אויוון כדי צו פארברענען, אדער האַרט מאכן דעם מאכל. אין אלגעמיין באקט מען מעל געמישט מיט פארשידענע עלעמענטן אויף צו מאכן ברויט, קיכל א.ד.ג.

  • כדי זאל די עסנווארג נישט שנעל פארברענט ווערן און כדי צו איבערלאזן פייכקייט אין דעם מאכל נאכן באקן, לייגט מען אריין אין דעם מאכל בוימל.
  • כדי זאל דער מאכל האבן א געשטעל און זאל נישט צאמפאלן, לייגט מען אריין אין איר אייער.

פרעגלען

פרעגלען מיינט, אריינלייגן די עסנווארג אין א היבש ביסל אויל כדי צו פארברענען, הארט מאכן און קאכן די עסנווארג. מען פרעגלט טשיפס, שניצל א.ד.ג.

זאלצן

זאלצן מיינט, שיטן א היבש ביסל זאלץ אויף די עסנווארג. איר צוועק איז:

  • צו אפהיטן עסנווארג זאלן נישט קאליע ווערן.
  • צו ארויסנעמען די בלוט פון די פלייש כדי צו כשר'ן וויבאלד עס איז פארבאטן אין די הלכה צו טרינקען בלוט.

בראטן

בראטן מיינט, פארברענען די עסנווארג אויף עכטע פייער. דאס מאכט מען אויך כדי צו ארויס נעמען די בלוט פון די פלייש אויף צו כשר'ן די פלייש אויב מען האט דאס נישט געזאלצן ביז דריי טעג נאך'ן שעחטן.

זויערן

זויערן מיינט, איינווייקן עסנווארג אין עסיק כדי צו אפהיטן די עסן אויף זייער א לאנגע צייט. ווי למשל אוגערקעס.

פערמענטירן

עסן ארום דער וועלט

דאס האנדל אין עסן

דער מענטש עסט פארמאל אין אלגעמיין 3 מאל א טאג: פרישטיק, מיטאג און נאכטמאל.

געזעצן און רעגולאציעס

פראבלעמען מיט עסן

איבערוואג

די ארימע לענדער אין אזיע

זע אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!