רוי:עסטלאנד פאלקלאר ארכיוו

מוסטער:ביבליאטעק


דער פאָלקלאָר אַרכיוו פון עסטלאנד (עסטניש: Eesti Rahvaluule Arhiiv) איז א צענטראַל אָפּהיט-קאַמער, וואו זענען מקפּיד אַלע פאָלקלאָר-מאַטעריאַלן, וואָס זענען געזאַמלט אין עסטלאַנד.

אַוועקשטעל פון דעם אַרכיוו

דער עסטלאַנד פאָלקלאָר אַרכיוו געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1927 ווי אַ צענטרעלער אוצר-קאַמער פונעם פאָלקלאָר עסטלאַנדס. דער יאָדער פון דער זאַמלונג זענען די מאַטעריאַלנן, וואָס זענען געשיקט געוואָרן ביי מער פון 1,400 קאָרעספּאָנדענטן פון יעקב הורט: 114,696 זייטלען מיט האַנדגעשריבענע עסטלאַנדישע מעשיות, פאָלקסלידער, ווערטלעך או.אַ.וו. יעקב הורט פלעגט איינאָרדנען אלע געקריגענע מאַטעריאַלן ניט ביי די טעמעס, אָבער ביי דעם גרויס פון די בריוו-בלעטער און נאָר בינדן די בלעטער אין די פאָליאַנטן.

נאָך דעם טויט פון יעקב הורט אין 1903, די גאַנצע קאָלעקציע זיינע איז געבראַכט געוואָרן קיין פינלאַנד צום פינישער ליטעראַטור-געזעלשאפט. די אידעע צו פאַרוואַנדלען הורטס זאַמלונג אין אַן אַרכיוון איז איינגעפאָלן דעם עסטלאַנדישן פאָלקלאָריסט אָסקאַר לאָאָריץ אין 1924, און נאָך דריי יאָר אונטערהאַנדלונגען איז ער געוואָרן דעם ערשטער דירעקטאָר פונעם נייעם אַרכיוו אין דער שטאָט דאָרפּעט.

ייִדישע און אַנדערע ניט-עסטנישע זאַנלונגען: 1927-1940

אחץ דעם, וואָס אָט-דער אַרכיוו איז דער גרעסטער פאָנד פון עסטלאַנדישן פאָלקלאָר, האַלטעט ער די פאָלרלאָר-זאַנלונגען פון אַנדערע פיניש-באַלטישע פעלקער (ישזאָרער, וואָד, וועפּסן), אָנגעפאנגען ביי דער שפּראַכ-פאָרשער מיכעל וועסקע, פינישֿ-אוגרישע פעלקער, און אויכעט די פאָלקלאָר-ירושות פון באַלטישע דייטשען, רוסן, לעטן, שוועדן, טשיגוינער און יקר שחחתי פון אָרטיקע יידן.

די ייִדישע קאָלעקציע (ERA, juudi) איז געווען א פרוכט פון דער מיטאַרבעט צווישן צוויי עסטלאַנדישע וויסנשאַפטלער, וועלכע האָבן זיך אינטערעסירט מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור — דער עסטלאַנדישער לינגוויסט פּאַוּל אַריסטע און דער פאָלקלאָריסט פונעם באַלטישן דייטשען ייחוס וואַלטער אַנדערסאָן. מיט זיינע סטודענטן און לערער פון דאָרפּאַטער ייִדישער שול (צווישן זיי איסידאָר לעווין, ס.ב.קאַפּלאַן און אליע לעווענבערג) האָבן זיי אָרגאַניזירט די רעגולערע זאַמלונג-אַרבעט: צו יאָר 1930 האָט דער ייִדישער אוצר אנטהאַלטן 385 זייטלען דהיינו 164 דערציילונגען, 169 לידער, 538 אָבערגלויבן, 374 שפּריכווערטער, 23 רעטענישן.[1]

דאָס ערשטע מאָל זענען די מאַטעריאַלן פון דער ייִדישער קאָלעקציע פּובליקירטן געווען אין דער אַרטירקל פון פּאַוּל אַריסטע "עטליכע ייִדישע פאָלקסלידער אין דעם רעפּערטוּאַר פון עסטן".[2]

צום יאָר 1937 איז די ייִדישע קאָלעקציע אויסגעוואַקסן ביז 600 בלעטער (215 בלעטער מער ווי מיט זיבן יאָר פריער), וואָס זענען געטיילט געוואָרן אויף אַזעלכע קאַטעגאָריעס׃ 211 לידער (183 "פאָלקסלידער" און 83 "קינדערלידער"), 627 ווערטלעך און שפּריכווערטער, 24 רעטענישן, 193 מעשיות, 346 אָבערגלויבנס און 24 "קולות הטבע".[3]

 
די סטאטיסטיק פון די ניט-עסטנישע פאָלקלאָר-קאָלעקציעס אין דעם אַרכיוו אין 1937.

די לעצטע איז איינער זייער אַ באַזונדערער זשאַנער פון "פייגל-שטימעס אימיטאציעס אין פאָלקלאָר" אָדער, פשוט און פּראָסט: וואָס זאָגן די פייגל אין פאָלקלאָר. אין עסטלאַנד האָט אַזאַ ציקאַווע ערשיינונג דערפאָרשט עדוּאַרד לויגאסטע-טרוי. אין זיין בוך גיט ער, צווישן אַנדערש, עטליכע ייִדישע באַשרייבונגען, למשל: זינגט אין עסטלאַנד ייִדישער סאָלאָוויי: "צוויטשי צוויטש צוויטשערי, ס'קומט דער פרילינג" (ERA Juudi 2, 52(2); ERA, Juudi 2, 81 (2)).[4]

די גרעסטע טייל פון די דאָזיקע מאַטעריאַלן איז אָפּגעהיט אין דער שטאָט דאָרפּעט.

ייִדישע זאַמלונג נאָך דער צווייטער וועלט מלחמה

לויט דעם קאַטאַלאָג, נאָך דער צווייטער וועלט מלחמה האָט מען נאָר איין מאָל צוגעגעבן צו די נייע מאַטעריאַלן צו דער ייִדישער קאָלעקציע.

רעפערענצן

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!