רוי:עבר הירדן

חלק ארץ ישראל צו מזרח פון ירדן טייך

עבר הירדן איז דער חלק פון ארץ ישראל וואס ליגט אין מזרח-זייט פון טייך ירדן. פון ווען דער ירדן קעניגרייך איז אויפגעשטעלט געווארן, אין 1946, געפינט זיך רוב פון עבר הירדן אונטער איר אויטאריטעט.

אין דער אלטער אידישער געשיכטע האט עבר הירדן פארנומען א זייער גרויס ארט. אין חומש[1] ווערט געזאגט, אז דארט האבן זיך באזעצט די שבטים ראובן, גד און דער האלבער שבט פון מנשה. אויך אין דער צייט פון צווייטן בית המקדש און דער משנה זענען געווען אין עבר הירדן גרויסע אידישע ישובים, און די משנה[2] טיילט איין ארץ ישראל אין דריי טיילן: יהודה, גליל, און עבר הירדן. אויך פלאוויוס אין "מלחמות" רעכנט עבר הירדן (ער רופט עס "פערעא") צו ארץ-ישראל.

איינע פון די פאדערונגען פון טייל גרופן ציוניסטן (רעוויזיאניסטן און אנדערע) איז, צו שאפן א אידישע מלוכה פון ביידע זייטן ירדן, נישט אנערקענענדיג אז עבר הירדן דארף זיין אפגעטיילט פון ארץ ישראל.

זעט אויך

רעפערענצן

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!