רוי:ספארטלער שחיטה ביי דער מינכן אלימפיאדע

דער ישראלדיקער ספארטלער אומקום ביי דער מינכן אלימפיאדע איז פארגעקומען אין יאר 1972, אין מינכן, דייטשלאנד. די שווארצע סעפטעמבער טעראר גרופע, וואס האט אנגעהערט צו דער פאלעסטין באפרייאונג ארגאניזאציע, איז געווען פאראנטווארטליך, פארן אומקום פון עלף מדינת ישראל'דיגע אטלעטן, און א דייטשן פאליציאנט.

יאר 1972

אין יאר 1972, האבן עטליכע פאלעסטינער טעראר גרופעס, דורכגעפירט טעראר אטאקעס קעגן ישראל, און ישראלדיקע צילן איבער די וועלט. אויפן 8טן מאי 1972, האבן טעראריסטן פארכאפט אן עראפלאן, פון די סאבענא לופטליניע, וואס איז געווען אויפן וועג פון בריסל, בעלגיע. קיין בן גוריון פליפעלד, אויף צו מארגנס האט סיירת מטכ"ל געשטורעמעט דעם פליגער, און באפרייט די משכונות. דריי וואכן דערנאך, האבן טעראריסטן פון יאפאן, וואס האבן אנגעהערט צו די רויטע ארמיי דארט, דורכגעפירט א בלוטיקע אטאקע אין אויפנאמס זאל, אין טערמינאל אין פליפעלד, פיר און צוואנציג זענען אומגעקומען, די יאפאנעזער האבן געארבעט אין שליחות פון די פאלקס פראנט פארן באפרייאונג פון פאלעסטינע.

טעראר אטאקע

טעקע:Ap munich905 t-1-.jpg
טעראריסט ביים פענסטער פון צימער

די טעראר אטאקע איז דורכעפירט געווארן דורך אכט פאלעסטינער, אלע פון זיי האבן געקענט דייטשיש, און זענען געווען גוט טרענירט מיליטעריש. מאכאמעד מוסאלכא איז געווען קאמאנדיר פון די גרופע.

די נאכט פון 4טן סעפטעמבער, זענען זיי אנגעקומען אין מינכן באן סטאנציע, וואו זייערע וואפן זענען געהאלטן געווארן אין געהיטענע שאפעס, זיך אנגעטון קליידער ווי ספארטלער, און מיט טאקסיס אפגעפארן צו די אלימפישע שטאט, און אריין צו די צימער ווי די ישראלדיקע זענען געווען, און זיי פארכאפט, צוויי אטלעטן זענען דעמאלט אומגעקומען, ביים פארכאפונג, און ניין זענען גענומען געווארן אלס משכונות.

די טעראריסטן האבן פארלאנגט אן אויסטויש, די באלדיקע באפרייאונג פון 232 פאלעסטינער טעראריסטן, וואס זענען געווען אין ישראלדיקע טורמעס. אין נאך צוויי טעראריסטן פון דייטשע טורמע. אויב נישט וועלן זיי אומברענגען די משכונות. ישראל האט נישט געוואלט פארהאנדלען מיט זיי, דייטשלאנד אבער האט איינגעשטימט, ווילנדיק אז די פארמעסטן אין די אלימפיאדע זאל ווייטער אנגיין, אז די פארכאפערס און די פארכאפטע וועלן פליען קיין טוניסיע, אזוי האלטן די פאסירונגען ווייט פון ווי די אלימפיאדע. די דייטשע פלאן איז געווען, דורכפירן אן אקציע ווען די טעראריסטן קומען אן אין לופטפעלד, אומברענגן די טעראריסטן, און באפרייען די פארכאפטע.

פריווונג צו באפרייען

די טעראריסטן זענען אנגעקומען צום לופטפעלד, און דייטשע פאליציאנטן האבן געעפנט פייער, פינעף טעראריסטן זענען אומגעקומען אין די פייער אויסטויש, די טעראריסטן האבן באוויזן צו הרגנען אלע משכונות, וואס זענען געווען געבינדען אין העליקאפטערס, מיט האנט גראנאטן. דריי פאלעסטינער זענען געכאפט געווארן לעבעדיגערהייט. אין קורצן די אקציע האט זיך געענדיגט מיט א מיאוסע דורכפאל, פאר דייטשלאנד. איין פאליציאנט איז אומגעקומען.

אין אויספארשונגען נאכדעם, האט זיך ארויסגעשטעלט, אז מערערע טעותים זענען פארגעקומען, געהעריקע פאליציאנטן זענען געווען פאראנטווארטליך פאר די אקציע, נישט געלערנטע ציל שיסער, און מענטשן וואס האבן פארלאזט זייערע פאזיציעס, מורא האבנדיק פון די קוילן וואס זענען געשאסן געווארן אין אלע ריכטונען.

די שפילן זענען אפגעשטעלט געווארן פאר פיר און צוואנציג שעה, און ווען די נייעס, אז אלע זענען אומגעקומען איז פארשפרייט געווארן, איז אפגעהאלטן געווארן אן אנדענקס צערעמאניע, און דערנאך זענען די פארמעסטן ווייטער פארגעזעצט געווארן. די ישראלדיקע פארבליבענע ספארטלער זענען צוריק אהיים, מיט די קערפערס פון די אומגעקומענע. א קליינע צאל ספארטלער פון אנדערע לענדער, האבן אויך אפגעטרעטן, און זיך מער נישט פארמאסטן אין די אלימפיאדע.

צוויי מאנאטן נאכן געשעעניש, זענען די דריי טעראריסטן, וואס זענען געווען אין א דייטשע טורמע, באפרייט געווארן נאכן פארכאפן אן עראפלאן פון שווארצע סעפטעמבער טעראריסטן, פון לופטהאנזא לופטליניע.

די נקמה

ישראל האט רעאגירט אין עטליכע וועגן, די ערשטע זאך. א מאסיווע אטאקע אויף טעראר באזעס, אין סיריע און לבנון, אין ווי צענדליקע זענען אומגעקומען. גאלדע מאיר, האט באשלאסן דורכצופירן אן אפעראציע, מיטן נאמען "גאטס צארן". דער מוסד, פאראנטווארטליך מערהייט טעראריסטן וואס האבן געהאט א טייל אין די טעראר אקט, זענען אומגעקומען, אלעס אינדרויסן פון מדינת ישראל. בעיקר אין אייראפע, טוניסיע, און אין ביירוט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!