רוי:סאלמאן רושדי

סאלמאן רושדי

סיר סאלמאן רושדי (ענגליש: Salman Rushdie) (געבוירן דעם 19טן יוני 1947) איז א בריטישער - אינדישער ראמאניסט און עסייאיסט.

ער איז קודם געווארן באקאנט מיט זיין צווייטן ראמאן חצות'ס קינדער אום 1981 וואס האט געווינען די בוקער פרייז.

מערסטענס פון זיין בעלעטריסטיק איז אויפגעשפילט אין דעם אינדישן סובקאנטינענט.

אבער מער און מער די דאמינירטע חלקים און טעהמע'ס פון זיינע ווערק, איז געווארן די לאנגע רייכע געשיכטע פון די פארבינדונגען, איבערהאקונגען און עמיגראציעס פון צווישן די מזרח צו די מערב.

איסלאמישער אויפברויז

די פערדע נאוועל זיינער די שטן'ישע ווערסעס (1988) האט פראוואקירט ווילדע רעאקציעס פון מוסולמענער איבער דער גארער וועלט.

נאך טויט דראואנגען און א פאטווא ארויסגעגעבן דורך דעם איראנער אייאטאלא כומעיני רופנדיג פאר זיין הינריכטונג, האט ער פארוויילט יארן לאנג אין גלות אין באהעלטעניש, נישט זיך באווייזענדיג אין פובליק בלויז געציילטע מאל זינט לעצטענס פון דער היינטיגער תקופה ווען ער האט ער זיך צוריק אנגעהויבן צו באווייזן אין די עפנטליכקייט.

אין יוני 2007 איז ער געווארן באקרוינט מיט ריטערשאפט פאר זיינע לייסטונגען אין ליטעראטור פון דער ענגלישער מלוכה.[1] דאס האט ארויסגערופן פון פריש אויפברויז פון מוסולמענער אין אלע זייערע מדינות איבער דער וועלט,[2], מיט טייל פון די מערב וועלט זארגנדיג זיך אז דאס "קען אנצינדן טעראר".[3]

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

וועב לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!