רוי:נאווידוואר
|
נאווידוואר (פויליש: Nowy Dwór Mazowiecki) איז א שטאט אין דער מאזאוויער וואיעוואדעשאפט אין צענטראלן פוילן, נאנט צו ווארשע. אין 2009 האבן געוואוינט אין דער שטאט 27,700 באוואוינער.
די שטאט האט געהאט א אידישע קהילה פונעם סוף פונעם 17טן יארהונדערט. צווישן די רבנים פון דער קהילה איז געווען הרב חנוך העניך הכהן לעווין, וואס איז שפעטער געווארן א רבי אין אלעקסאנדער.
פאר דער צווייטער וועלט מלחמה האט די קהילה געציילט 3,500 אידן. אין ווינטער 1942 האט מען ליקווידירט די געטא אין דער שטאט און זיינע 6,000 באוואוינער, אריינגערעכנט אויך אידן פון אנדערע קהילות, זענען געווארן פארטריבן צו פארניכטונגס לאגערן.[1]
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: נאווידוואר |
- ספר יזכור פאר קהילת נובידבור, אין ספריית העיר ניו יארק, "פנקס נובי-דבור", תל אביב תשכ"ה, 1965
- "נאווידוואר", אויף "JewishGen" (ענגליש)
- אתר זכרון לקהילה היהודית בנובידבור
רעפערענצן
- ↑ צייטונג פון דער אונטערגרונט אין דער ווארשעווער געטא וועגן דער פארטרייבונג פון די אידן ביים יד ושם וועבזייטל
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!