רוי:מעקסיקן קאוק

אין די פאראייניגטע שטאטן איז א מעקסיקן קאוק (ענגליש: Mexican Coke) א סארט געטראנק פון די קאוקע קאולע פירמע וועלכע ווערט אימפארטירט פון מעקסיקע.

די אונטערשייד איז אז עס אנטהאלט געווענליכע צוקער אנשטאט קארן סירופ און ווערט אריינגעלייגט אין גלאזערנע פלעשער.

אויף די פלאש איז ארויפגעדרוקט די פירמע'ס סימבאל און די באשטאנדטיילן אינפארמאציע ערשיינט אויף א קליינע ווייסע קלעב-צעטל.

די סיבה פארוואס מען זוכט און באעפארצוגט ספעציעל דאס, זענען פארשידנארטיגע. טייל טענה'ן אז עס איז מער ארגינעל און בעסער אין טעם און אנדערע ווילן פשוט אויסמיידן די הויכע קאלאריעס פון קארן סירופ און די שעדליכע כעמיקאלן אין אנדערע צוקער ערזאצן אין די דייעט ווערסיעס.

מען קען עס געפינען אין טייערע רעסטוראנטן אדער געשעפטן וואס פארקויפן מעקסיקאנער סארט עסן.

וועב לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!