רוי:מענטשן רעכט

מענטשן רעכט באדייט א באגריף אדער פילאזאפיע אז עס באקומט יעדן מענטש אויף דער וועלט געוויסע גרונטרעכט.

דער פילאזאף דזשאן לאק האט פארגעלייגט אז יעדער מענטש האט "נאטירליכע" רעכט, און די געזעלשאפט טאר נישט פוגע זיין אין די רעכט. דער אמעריקאנער פאליטיקער טאמעס זשעפערסאן האט אריינגעלייגט פארשידענע מענטשן־רעכט אין דער אומאפהענגיגקייט־דערקלערונג פון די פאראייניגטע שטאטן.

אין 1948 האבן די פאראייניגטע פעלקער אויפגענומען די אלוועלטליכע דעקלעראציע פון מענטשרעכט.

רעכט

  • רעכט צו לעבן
  • פרייהייט פון פייניגונג
  • פרייהייט פון שקלאפעריי
  • רעכט פאר א יושרדיקן פראצעס
  • פרייהייט פון רעדן
  • פרייהייט פון רעליגיע

היסטאריע

דעם באגריף פון מענטשן רעכט טרעפט שוין אין דער תורה. שפעטער, אין עטליכע תקופות, האט מען אנגעהויבן אוועקשטלען געזעצן וואס היטן מענטשן רעכט, למשל די געזעצן פונעם אינדישן קייסער אשאקא.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!