רוי:מלקות
שלעק פאר עובר זיין במזיד אויף א לאו
מלקות איז איינער פון די שטראפן וואס זענען געווען אמאל ביי אידן פאר טאן אן עבירה, וואס איז געווען צו שלאגן מיט קלעפ דעם זינדיגן.
צאל
אין חומש[1] ווערט געזאגט, אז מען דארף געבן 40 קלעפ ("ארבעים יכנו"), אבער חז"ל האבן פון זעלבן פסוק ארויסגעלערנט, אז מען דארף געבן נאר 39[2].
חייבי מלקות
מלקות איז געקומען פאר חייבי לאוין, דאס הייסט פאר עובר זיין אן עבירה, אויף וועלכע עס איז אין דער תורה פארהאן א לא תעשה. אין דער משנה[3] ווערט געזאגט, אז אויך פאר עבירות אויף וועלכע עס קומט כרת, קומט אויך מלקות.
אין סך הכל קומט זיך מלקות אויף 207 עבירות[4].
אנדערע מלקות
אין ערב יום כיפור זענען זיך נוהג פרומע אידן צו באקומען סימבאלישע מלקות אין שול[5].
רעפערענצן
- ↑ דברים כה
- ↑ מכות כב
- ↑ משנה, מכות פרק ג'
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות סנהדרין והעונשין המסורין להם, פרק י"ט, הלכות א'–ד'
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תר"ז, סעיף ו'
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!