רוי:מינעסאטע צווילינג

די מינעסאטע צווילינג זענען א באקאנטע אידענטיקל צווילינג פון די שטאט מינעסאטע וועלכע האבן געברענגט אויפמערקזאמקייט צוליב זייערע שטארקע ענליכקייטן.

זייערע נעמען זענען געווען דזשים לואיס און דזשים ספרינגער וועלכע זענען נאכ'ן געבורט צעטיילט געווארן צו צוויי אנדערע פאמיליעס וועלכע האבן זיי אדאפטירט נאכדעם וואס די מאמע פון די קינדער איז געשטארבן. די צוויי פאמיליעס וועלכע האבן זיי אדאפטירט האבן ביידע נישט געוואוסט אז דאס קינד וואס זיי באקומען האט א צווילינג און ביידע זענען אויפגעצויגן געווארן אין צוויי אנדערע שטעטלעך אין מינעסאטע.

די געשיכטע איז א לאנגע און די צוויי ברודער האבן אויסגעפינען אז זיי זענען צווילינג, איינער ביי די 6 יאר און דער צווייטער ביי די 9 יאר. ביידע האבן אבער געמיינט אז זייער צווילינג ברודער איז געשטארבן און די עלטערן וועלכע האבן זיי אדאפטירט האבן אויך אזוי געמיינט. אין די ענדע האבן זיי זיך צוזאמענגעטראפן ביי די 38 יאר און האבן געמאכט העדליינס איבער'ן גאנצן לאנד צוליב זייער שטארקע ענליכקייט און אינטערעסאנטע אייניגקייט וועלכע איז שטודירט געווארן דורך די אויניווערסיטי אוו מינעסאטע און איז באצייכענט געווארן אלס די מערסט ענליכע צווילינג אין אמעריקע.


ענליכקייטן

ביידע ברודער זענען געווען גענוי 6 פיס הויך און געוואויגן גענוי 180 פונקט.

ביידע האבן אלס קינד געהאט א הונטל וועלכע זיי האבן א נאמען געגעבן טאוי.

ביידע האבן געהייראט צוויי מאל און ביידע מאל האבן זייערע ווייבער געהאט די זעלבע ערשטע נעמען.

ביידע האבן געהאט איין זון און ביידע זון האבן געהייסן דזשעימס אלען.

ביידע האבן געדרייווט די זעלבע סארט אויטא.

ביידע האבן גענוצט די זעלבע פלאץ אין פלארידע אלס זייער הויפט וואקאציע.

ביידע האבן גערייכערט די זעלבע סארט ציגראטן אוון האבן געגליכן די זעלבע סארט וויין און ביר.

ביידע זענען געווען פארט-טיים שעריפס אין זייערע 20'גער יארן.

ביידע האבן געביסן די נעגל און האבן געליטן פון די זעלבע סארט העדעקס.

ביידע האבן געהאט א מאדנע אויפפירונג ווען זיי האבן גענוצט קליינע געשריבענע נאטיצן צו קאמיוניקירן מיט זייערע נאנטע אין ספעציעלע פעלער.

שווער צו גלייבן אז דאס איז אמת, אבער דאס האט די אויניווערסיטי אוו מינעסאטע באשטעטיגט.

אבער נאך אלץ זענען די צוויי ברודער געווען צוויי אנדערע מענטשן וועלכע מען האט נישט געקענט באמערקן צווישן זיי. געוויסע פרטים אויף זייערע קערפער זענען געווען אנדערש און אויך אין טבעיות האבן זיי געהאט פאשידנארטיקייטן ווען איינער איז געווען א גוטע רעדנער און דער צווייטער א גוטע שרייבער.


זע אויך

צווילינג

גיגעל מיידלעך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!