מיכאל איז דער נאָמען פון א מלאך; ווערט גערעכנט אַלס דער גרעסטער מלאך; דערמאנט אין דניאל י' און י"ב וואו ער ווערט אָנגערופן "השר הגדול העומד על בני עמך" (דער גרויסער שר וואָס שטייט און פאַרטיידיגט דיין פאָלק, די אידן); אין דער גמרא און מדרש ווערט ער באַטראכט אַלס דער "שר פון די אידן", וועלכער פאַרטיידיגט דאָס אידישע פאָלק[1]; ער איז געווען פון די דריי מלאכים וואָס האָבן זיך באוויזן צו אברהם אבינו[2]. ער האָט געשלאָגן דאָס חיל פון סנחריב און ער וועט ברענגען די ישועה פאַר אידן ווען משיח וועט קומען[3]; אין דער תפילה, וואָס מען זאָגט פאַרן גיין שלאָפן, ווערט אויך דערמאנט דער מלאך מיכאל, וועלכער היט אָפּ דעם אידן ווען ער שלאָפט, און ער שטייט אים צו דער רעכטער זייט ("מימיני מיכאל").

רעפערענצן

  1. יומא ע"ו און אַנדערע ערטער
  2. בראשית רבה, פרשה מ"ד
  3. דברים רבה צום סוף
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!