רוי:מיכאיל גארבאטשאוו

פירער פונעם ראטנפארבאנד 1985-1991
מיכאיל גארבאטשאוו
RIAN archive 850809 General Secretary of the CPSU CC M. Gorbachev (crop).jpg
גאָרבאַטשאוו אין 1987
גארבאטשאוו ביים כותל המערבי, 16טן יוני 1992

מיכאַיל גארבאַטשאוו (2טן מערץ 193130סטן אויגוסט 2022) איז געווען דער רוסישער פרעזידענט, און פירער פון דער קאמוניסטישער פארטיי, וועלכער האט דורכגעפירט רעפארמען אין רוסלאנד, וואס האט געפירט צו דעם צוזאמפאל פונעם סאוויעטן פארבאנד. ווען ער איז געווען פרעזידענט האט ער דורכגעפירט פיל רעפארמען און מאדערניזירט די פאליסיס און געזעצן אין לאנד. די רעפארמען האבן זיך שנעל געקייקלט ארויס פון קאנטראל פירנדיג צו אן אויפטרייסלונג אין לאנד, וואס האט עווענטועל געהאט א "דאמינא אפעקט" און צוביסלעך איז דער ראטן פארבאנד געקומען צו אן ענדע.

ביאגראפיע

דער רוסישער פרעזידענט לעאניד ברעזשנעוו איז געשטארבן אין 1982 און צוויי פון זיינע נאנטע געהילפן האבן איבערגענומען די רעגירונג פאר די קומענדיגע עטליכע יאר. איינער פון די צוויי איז געשטארבן אין 985' האט דער צענטראלער קאמיטעט באשטימט דעם 54 יעריגן מיכאיל גארבאטשאוו אלס דער נייער סאוויעטישער פירער.

גארבאטשאוו איז געווען אן אדוואקאט וועלכער האט זיך ארויפגעארבעט אינערהאלב דער קאמוניסטישער פארטיי אלס א יונגער ענערגישער פירער.

גארבאטשאוו איז געווען דער יונגסטער פרעזידענט אין רוסלאנד'ס געשיכטע. גארבאטשאוו איז געווען אן ארגיקולטור ספעציאליסט וועלכער האט זיך פארלייגט צו פארבעסערן די ענווייראמענט.

זיין אנהויב איז געווען שוואך אבער מיט דער צייט האט ער זיך ארויסגעשטעלט אלס דער גרעסטער רעפארמירער אין סאוויעטן רוסלאנד און, אין קאנטראסט צו זיין כוונה, דער ארכיטעקט פון איר פארניכטונג.

ער האט געעפנט ספעציעלע פראגראמען צו פארמינערן דאס באנוץ פון אלקאהאלישע געטראנקען און האט געטאן אסאך אויסצורייניגן די חורבנות וואס דער טשערנאביל נוקלעארער עקסידענט האט אנגעמאכט.

גארבאטשאוו האט אוועקגעשטעלט זיין אמט אלס א מער פאליטישע ווי פירערישע.

ער האט געגרינדעט נייע קאמיטעס אינערהאלב דער רעגירונג און געעפנט פאבליק פריינטשאפט מיט דער מערב לענדער. די ענדע פון דעם קאלטן קריג איז צו פארדאנקן גארבאטשאוו וועלכער האט גענצליך רעפארמירט די אויסערן מיניסטעריום און זיך עטליכע מאל אוועקגעזעצט פארהאנדלען פאר נייע נוקלעארע רעדוקציע טריטיס מיט די צוויי אמעריקאנער פרעזידענטן, ראנאלד רעיגן און דזשארדזש בוש (דער עלטערער).

ער איז געשטארבן אום 30סטן אויגוסט 2022 אין עלטער פון 91 יאר.

רעפארמען און דער סאוועטן צעזאמענפאל

גארבאטשאוו'ס כוונה איז געווען ברענגען דיסציפלין און מאדערניזירן די קאמוניסטישע סיסטעם. ער האט גענוצט פאליסיס וועלכע וולאדימיר לענין האט אריגינעל פארגעלייגט און זענען אבער קיינמאל נישט איינגעשטעלט געווארן. דאס האט אריינגערעכנט א רעגירונג טיילווייזע באזייטיגונג פון אויסערן האנדל און אינוועסטמענט און האט אויך רעדוצירט די צענטראלע קאנטראל איבער די רעגירונג קאנטראלירטע פירמעס.

אויסער זיינע רעפארמען איבער די קאמוניסטישע ווארצלען האט גארבאטשאוו אויך געברענגט א רייע פאליטישע און סאציאלע רעפארמען וועלכע האט רעדוצירט די צענזור פון דער מידיע און געלאזט פארשידענע ארגאניזאציעס זיך פארמירן צו ברענגען סאציאלע דינסט צום פאלק. איבער אלעם האט ער רעפארמירט דער עלעקטאראלער סיסטעם ווען ער האט פארגעלייגט א מולטי-קאנדידאט וואל סיסטעם צום ערשטן מאל זינט 1920. דאס האט געפירט צו די גרינדונג פון פארשידענע נישט קאמוניסטישע פארטייען וועלכע האבן פארגעלייגט זייערע קאנדידאטן צו די 1990 וואלן.

די נייע פארטייען האבן באלד אנגעהויבן פארלאנגען א טראנספער פון מאכט פון דער צענטראלער רעגירונג צו די לאקאלע רעגירונגען. נייע באוועגונגען האבן אנגעהויבן פארלאנגען מערב-סטיל געזעלשאפט און קיינער איז נישט אפגעשטילט געווארן פון הייבן זיין קול. אין דער זעלבער צייט האבן גארבאטשאוו'ס עקאנאמישע פאליסיס נישט געארבעט און דאס האט געפירט צו גרויסע אנטי-קאמוניסטישע באוועגונגען, ספעציעל אין די סאוועטן געצווינגענע טעריטאריעס ווי עסטלאנד, לעטלאנד און ליטע.

די פלוצלינגע צעמישעניש האט געפירט א גרופע הארטנעקיגע קאמוניסטישע פארטיי פירער אינאיינעם מיט דעם מיליטער און קא-גע-בע צו א געפלאנטער אקציע אין וועלכער זיי האבן געזאלט באזייטיגן די אויטאריטעט פון גארבאטשאוו און צוריק אריינשטעלן קאמוניזם אין אירע רעלסן. אבער דאס האט געפירט צו דער מכה בפטיש ווען עס איז דורכגעפאלן ביז צוויי טעג צוליב די שווערע דעמאנסטראציעס פון דער נייער רוסישער רעפובליק פארטיי אונטער דער פירערשאפט פון באריס יעלצין וועלכע האבן פארנומען די גאסן פון מאסקווע און געשטערט דעם פלאן.

גארבאטשאוו האט פארלוירן אויטאריטעט און אום דעם 25סטן דעצעמבער 1991 האט גארבאטשאוו רעזיגנירט פון זיין פרעזידענטשאפט. יעלצין האט זיך באשטימט אלס דער ערשטער פרעזידענט פון דעם זעלבסטשטענדיגן רוסלאנד.

אין די פאלגנדע 12 טעג האבן אלע צען רעפובליקן (אוקריינע, בעלארוס, אד"ג) פון דעם געוועזענעם סאוועטן פארבאנד דעקלערט זעלבסטשטענדיגקייט, א שריט וועלכע האט גענצליך אויפגעלעזט דעם סאוועטן פארבאנד. דערמיט איז דער לאנג יעריגער סאוועטן פארבאנד צוזאמענגעפאלן און געווארן היסטאריע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!