רוי:מייקל עפלבוים
מייקל עפלבוים (געב' דעם 10טן פעברואר 1963) איז א קאנאדער פאליטיקער און דער ערשטער יידישער בירגערמייסטער פון מאנטרעאל, קוויבעק, קאנאדע.מ'האט אים באשטימט אין דעם אמט דעם 16טן נאוועמבער 2012. ער איז דער ערשטער ענגליש רעדער צו ווערן בירגערמייסטער פון מאנטרעאל זייט 1912. ער איז שוין לאנג געווען א מיטגליד אין שטאטראט. פריער איז ער געווען א מעקלער פון אומבאוועגליכע גוטער.
ער איז פריער געווען א מיטגליד אין דער מאנטרעאל פארבאנד פארטיי. ער האט רעזיגנירט פון דער פארטיי צו קאנדידירן פאר בירגערמייסטער ווי אן אומאפהענגיגער קאנדידאט.
עפלבוים איז געווארן ארעסטירט דעם 17טן יוני 2013 און באשוליגט מיט קארופציע; זיין פראצעס וועט פארקומען זומער 2015.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!