רוי:מארטין לוטער קינג
מארטין לוטער קינג איז געווען א שווארצער גלח און בארימטער רעדנער וועלכע האט געקעמפט פאר די רעכטען פון די שווארצע אין די כ' יארן ווען די שווארצע זענען נאך געווען גערעכנט אלץ צווייטע קלאס בירגער.
די מערסטע איז ער באקאנט מיט זיין בארימטע דרשה אין וואשינגטאן איך האב א חלום! ווי ער האט ארויסגעברענגט אז ער האט א חלום אז ווייסע, שווארצע, אידן, קריסטן און מוסילמענער לעבן צוזאמען. יענע דרשה האט געברענגט אסאך שטאלץ פאר די שווארצע באפעלקערונג.
ער האט זיך שטארק ארויסגעזאגט אז מ'זאל קעמפן פאר פרייהייט, אבער נישט מיט מעשי אלימות.
ער איז געשאסען געווארען דורך א ווייסע גוי שטייענדיג אויף א טעראסע אין מעמפיס טענעסי, ווינטער, תשכ"ח.
אין אמעריקע האט מען אנערקענט די אויפטיען פון קינג פאר די שווארצע באפעלקערונג דורך ערקלערן א נאציאנאלע חאגע אין די צייט פון זיין געבורטסטאג מארטין לוטער קינג דעי.
פריוואטער לעבן
ער איז געבוירן אלס מייקל קינג, אבער זיין פאטער האט שפעטער געטוישט זיין נאמען אין עהרע פונעם דייטשן מארטין לוטער.
זיינע דרשות
ביבליאגראפיע
- שפרייזן צו פרייהייט: די מאנטאגאמערי געשיכטע (1958)
- די מאס פון א מענטש (1959)
- שטארקייט צו ליבן (1963)
- פארוואס מיר קענען נישט ווארטן (1964)
דרויסנדיגע לינקס
- זיין בארימטע דרשה איך האב א חלום לייוו אויף יו־טוב http://www.youtube.com/watch?v=smEqnnklfYs
- זיין לעצטע דרשה איך בין געווען אויפן שפיץ בארג http://www.americanrhetoric.com/speeches/mlkivebeentothemountaintop.htm
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!