רוי:מאצוא באשא

יאפאנעזער דיכטער

 

מאַצוא מונעפוסאַ, באקאנט ווי מאַצוא באַשא, (יאפאניש: 松尾芭蕉;‏ 1644 - 28סטן נאוועמבער 1694) איז געווען א יאפאנעזער דיכטער. ער איז באוואוסט ווי דער גרעסטער שאפער פון הייקו, א דיכטונג אין 5-7-5 טראפן. זיין משפחה נאעמן אין מאצוא, אבער לויטן יאפאנישן שטייגער רופט מען אים סתם באשא אן א משפחה נאמען. ער פלעגט זיך חתמענען "はせを". ער איז פון די גרעסטע שרייבער פון דער עדא תקופה.

באשא איז געבוירן געווארן אין איגאַ (היינט אין מיע פרעפעקטורע) אין א סאמוריי משפחה. נאך א סך יארן פון סאמוריי האט ער באשלאסן אז דיכטונג ציט אים מער.

אין 1675 האט ער זיך געצויגן קיין עדא, היינט טאקיא. אין 1680 איז ער אריבער קיין פוגאקאווא, נישט ווייט פון עדא. ער האט געפלאנצט דארטן א "באשא" (באנאן) בוים, און האט זיך גענומען דעם נאמען באשא.

ער איז געשטארבן אין 1694 אין אסאקא פון א קראנקייט.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!