רוי:ליאן
ליאן (פראַנצויזיש: Lyon) איז א שטאט אין מזרח־צענטראל פראנקרייך אינעאם רהאן־אלפן ראיאן, פלאצירט צווישן פאריז און מארסיי. ליאן געפינט זיך 470 ק"מ פון פאריז, 320 ק"מ פון מארסיי, 160 ק"מ פון גענף, 280 ק"מ פון טורין, און 600 ק"מ פון בארצעלאנע.
די שטאט האט א באפעלקערונג פון 472,305.
היסטאָריע
די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין יאר 43 פאר דער ציווילער רעכענונג דורך דעם ראמאנישן פּראקאנסול לוסיוס מונאַטיוס פּלאַנקוס.
די אידישע קהילה
אין יאָר 472 שרייבט דער דיכטער און ביסקופּ סידאניוס אַפּאלינאַריס, אַז ס'איז דא אין ליאן אַ אידישע קהילה. עס איז דאס ערשטע מאל וואס אידן זענען דערמאנט אין די שטאט.
היינט וואוינען אין ליאן בערך 40000 אידן מיט 40 שולס און 15 כשר רעסטאראנטס. די מערהייט פון זיי זענען ספרד'ישע אידן, וואס זענען אנגעקומען אין פראנקרייך בעת די 1960ער יארן.
די גרויסע אַשכּנזישע שול איז געבויט געוואָרן אינ 1863 און 1864.
4°50′32″N 45°45′35″E / 4.84222°N 45.75972°E
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!