רוי:לאנדאנער אויג

פעריס ראד אין לאנדאן

דער לאנדאנער אויג (ענגליש: London Eye), אויך גערופן דערמילעניום ראָד, וואס איז הויך 135 מעטער, איז דער העכסטער  פעריס ראד אין אייראפע, און ביז יאר 2006 איז געווען דער העכסטער אין דער וועלט. דער ראד געפינט זיך אויפן דרום ברעג פונעם טעמז אין דערם לאנדאנער בארא פון לאמבעט, לאנדאן, ענגלאנד, צווישן וועסטמינסטער בריק און האגערפארד בריק, קעגן איבער דעם פאלאץ פון וועסטמינסטער – דער היים פונעם בריטישן פארלאמענט.

די ארכיטעקטן דעיוויד מארקס און דזשוליא בארפילד האבן געפלאנעוועט דעם לאנדאנער אויב. דער ראד האט 32 פארמאכטע טעמפעראטור־רעגולירטע פאסאזשירן קעמערלעך, וואס זענען גערופן "שויטן"; יעדער שויט האט פלאץ פאר 25 פאסאזשירן, און סך הכול קענען 800 פאסאזשירן פארן אין ראד אין איין צייט. דער ראד דרייט זיך מיט א גיך פון 0.9 קילאמעטער א שעה אומגעפער; א פאסאזשירן פאד דרייט זיך אינגאנצן ארום דעם ראד יעדע האלבע שעה.

דער ראד ברויכט זיך נישט  אפשטעלן פאר די פאסאזשירן ארויפצושטייגן. דער ראד גענוג פאמעלאך כדי די פאסאזשירן זאלן קענען אריינגיין אין א פאד און ארויסגיין פון אים בשעת ווען דער ראד גייט ווייטער.

דער ראד איז געבויט געווארן אין טיילן, וואס מ'האט זיי אריבערגעפירט אויף טראטוועס אויפן טעמז צו זיין ארט, וואו מ'האט אים צוזאמענגעשטעלט ליגנדיק און דערנאך האט מען אים אויפגעהויבן פאוואליע  2 גראד א שעה, ביז ער האט דערגרייכט א ווינקל פון 65 גראד. דער ראד איז געבליבן אזוי ביז מ'האט געענדיגט בויען די באזע, און נאכהער האט מען אויפגעהויבן דעם ראד צו זיין ארט.

דער לאנדאנער אויג האט געעפנט אפיציעל דעם 31סטן דעצעמבער 1999 דורכן דעמאלסדיקן פרעמיער מיניסטער טאני בלער.

דרויסנדיגע לינקס

 
א קוק אויפן ראד ביינאכט ווען ער איז געווען גייענדיק (לאנגער־אויפדעק פאטאגראפיע).

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!