רוי:כיסוי הדם

מצות עשה

כיסוי הדם איז א מצווה פון דער תורה צוצודעקן מיט ערד די בלוט פון א פויגל אדער טהור'ע חיה נאכען שחט'ן.

דער מקור פון די מצוות כיסוי הדם אין דער תורה איז אין ספר ויקרא פרק י"ז, פסוקים יג-יד: "ואיש איש מבני ישראל ומן הגר הגר בתוכם אשר יצוד ציד חיה או עוף אשר יאכל ושפך את דמו וכיסהו בעפר. כי נפש כל בשר נפשו בדמו הוא ואומר לבני ישראל דם כל בשר לא תאכלו ..."

הלכות כיסוי הדם שטייען אין מסכת חולין פרק ו'.

טעמים

פארשידענע טעמים ווערן אנגעגעבן איבער די מצוה, און פארוואס עס גייט אן נאר ביי חיות ועופות און נישט ביי בהמות:

  • חיות און עופות ווערן נישט געברענגט אלס קרבנות אויפן מזבח[1], און אויב מען וואלט געמעגט עסן דאס בלוט פון חיות און עופות, וועט די מדת הדין מקטרג זיין אז בלוט (א מענטש וואס איז א בשר ודם) עסט בלוט. דעריבער האט די תורה געהייסן פארדעקן דאס בלוט פון חיות און עופות[2].
  • היות דאס בלוט פון בהמות איז דאך מכפר אויפן מזבח (וואס די קרבנות ווערן געברענגט נאר פון בהמות, אויסער צוויי סארט עופות, תורים ובני יונה), איז נישט שיין צו פארדעקן דאס בלוט פון א בהמה[3].
  • אויב מ’וואלט נישט געדארפט פארדעקן דאס בלוט פון חיות און עופות (וואס ווערן נישט געברענגט פאר קרבנות אויפ’ן מזבח), וועט א פרעמדער מיינען אז דאס בלוט פון חיות און עופות ווערט געניצט פאר עבודה זרה ח”ו, דעריבער האט דער באשעפער געהייסן פארדעקן זייער בלוט[4].
  • דער עיקר טעם פארן פארדעקן דאס בלוט איז צו מאכן א היכר כדי מ’זאל נישט עסן בלוט. דער דאזיגער היכר פעלט אבער נאר אויס ביי חיות און עופות, וויבאלד זיי ווערן נישט געברענגט אלס קרבנות אויפ’ן מזבח, אבער ביי בהמות, וואס ווערן גענומען אלס קרבנות, ווייסט שוין דער איד ממילא נישט צו נוצן זייער בלוט (ווי דער פסוק זאגט ואני נתתיו לכם על המזבח לכפר עליכם). דעריבער דארף מען נישט פארדעקן דאס בלוט פון די בהמות[5].
  • חיות און עופות זענען נישט אזוי שכיח ווי בהמות, און דעריבער איז שווערער זיי צו פאנגען, איז דא א חשש אז ווייל זיי זענען מער באליבט ביים מענטש, וועט ער עסן אויר דאס בלוט דערפון, דעריבער האט די תורה געהייסן פארדעקן דאס בלוט פון חיות און עופות[5].
  • דער חשש אז דער מענטש וועט עסן דאס פארבאטענע בלוט (וואס צוליב דעם דארף מען פארדעקן דאס בלוט) איז נאר שייך ביי חיות ועופות, וואס זייער בלוט איז דין און פאסיג צו עסן, אבער דאס בלוט פון א בהמה איז דיק און פול מיט פעטס, איז דאס עקלדיג פאר’ן מענטש צו עסן, און דעריבער איז נישט דא קיין חיוב דאס צוצודעקן[6].
  • דאס בלוט פון א חיה ועוף איז דער נפש אליין, אבער א בהמה האט א נפש אויסערן בלוט. דעריבער האט דער באשעפער בלויז געהייסן פארדעקן דאס בלוט פון חיות ועופות, וואס דאס בלוט איז זייער נפש, און מ’דארף נוהג כבוד זיין אין א נפש, אזוי ווי דער באשעפער האט געהייסן באגראבן א טויטן מענטש צוליב’ן כבוד פון זיין נפש[7].
  • דער מדרש זאגט א טעם פארוואס דאס בלוט פון חיות ועופות דארף צוגעדעקט ווערן, ווייל ווען קין האט גע'הרג'עט הבל, האט ער אים געלאזט ליגן אויפ’ן פעלד (נישט וויסנדיג פונעם ענין פון באגראבן א טויטן), זענען געקומען חיות און עופות און האבן באגראבן הבל. דעריבער האבן זיי זוכה געווען דערהויבן צו ווערן דורך די מצוה פון כיסוי הדם[8].
  • לויט אן אנדערע דעה אין חז”ל, האבן צוויי פויגל זיך געשלאגן, און איינער האט גע'הרג'עט דעם צווייטן, און דער לעבעדיגער פויגל האט באגראבן דעם טויטן פויגל, קין האט דאס אלעס צוגעזען, האט ער פון דעם ארויס געלערנט צו באגראבן זיין ברודער הבל ווען ער האט אים גע'הרג'עט, דעריבער האבן די עופות זוכה געווען אז מ’זאל דארפן צודעקן זייער בלוט[9].

רעפערענצן

  1. חולין פג, ב
  2. בעל הטורים
  3. רמב"ן
  4. אבן עזרא
  5. 5.0 5.1 כלי יקר
  6. עיר מקלט, נזר הקודש פ’ בראשית
  7. אור החיים הק’
  8. מדרש רבה, פ’ בראשית
  9. מדרש תנחומא, שם