רוי:יפעת שאשא-ביטאן

ישראלישע פאליטיקערין
יפעת שאשא-ביטאן
מדינה ישראלישראל ישראל
24'טער מיניסטארקע פון געבוי און באוואוינונג
34סטע ישראל רעגירונג
9 יאנואר 201917 מאי 2020
משה כחלון (מ"מ)
כנסת דעפוטאט
31 מערץ 2015 – אמטירט
כנסות 2023
פארזיצער פון קאראנא קאמיטעט
1 יוני 2020 – אמטירט
וויצע־בירגערמייסטער פון קרית שמונה
20082010
אנזיכטיגע אמטן

ד"ר יפעַת שאַשאַ-ביטאן (געבוירן 23 מאי 1973) איז די פארזיצערין פון דער כולנו פארטיי אין דער ליכוד פראקציע, פארזיצערין פון דער קאראנע קאמיטעט און א כנסת דעפוטאט. זי האט געדינט ווי מיניסטער פון געבוי און באוואוינונג און פארזיצערין פון דער קאמיטעט פאר קינדער־רעכטן אין דעם 20סטן כנסת. פריער איז זי געווען וויצע־בירגערמייסטער פון קרית שמונה . איידער זי איז אריין אין פּאָליטיק, האט זי עוסק געווען אין בילדונג.[1]

ביאגראפיע

שאשאַ-ביטאָן איז געבוירן געוואָרן אין קרית שמונה און איז דאָרטן אויפגעוואַקסן, און זי האט געוואוינט דארט ביז סעפטעמבער 2018. זי איז די טאָכטער פון רחל, א שוועסטער, געבוירן אין מאָראָקאָ, און משה דוד, אַן אויטאָבוס שאָפער און שפּעטער באַזיצער פון אַ פּריוואַטער טראַנספּארט פירמע, געבוירן אין איראַק.

זי האט באקומען אן ערשטן און צווייטן דיפלאם פון דעם אוניווערסיטעט פון חיפה אין דעם פעלד פון פאַרוואַלטן און אַנטוויקלען בילדונג־סיסטעמען און לערער־אינסטרוקציע. אין 2002 האָט זי באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין בילדונג פונעם אוניווערסיטעט פון חיפה, פאר א פראיעקט מיטן נאָמען "פארגלייכן דעם באַגריף פון שלום אין יידיש-ישראלדיקער און פאלעסטינער יוגנט: אלס א פונקציע פון א קאלעקטיוון נאראטיוו און אנטייל אין א שלום-דערציאונג פראגראם".[2]

פּריוואַט לעבן

שאַשאַ-ביטאָן איז געהייראט צו אילאַן ביטאָן, און איז אַ מוטער פון דריי קינדער. זי וואוינט מיט איר משפּחה אין זכרון יעקב .

פאליטישע קאַריערע

אין 2008 איז זי געלאפן פאר בירגערמייסטער פון קרית שמונה. זי האָט געדינט ווי וויצע־בירגערמייסטער ביז זי איז אפעגעזאגט געווארן אין 2010.[3] במשך פינף יאָר האט זי געהאט דעם פּאָרטאפעל פון בילדונג און יוגנט אין דעם מוניציפאליטעט.

אין דער נאציאנאלער ארענע

אין 2015, צו די וואלן פארן 20סטן כנסת, האָט זי זיך איינגעשלאָסן אין דער "כולנו" פארטיי אָנגעפירט פון משה כחלון און זי איז געשטעלט געוואָרן אויף זיבעטן אָרט. די פארטיי האט באקומען צען מאנדאטן און שאשא-ביטאן איז דערוויילט געווארן צו דינען אין כנסת; אויף איר ארט אין דער קרית שמונה שטאטראט איז אריין אביחי שטערן, וואס איז שפעטער געווארן בירגערמייסטער.

דעם 9טן יאנואר 2019, עטליכע חדשים פאר דעם צעלאָזן פון דעם כנסת, איז זי באשטימט געוואָרן מיניסטער פון בעבוי און באוואוינונג אין דער 34סטער רעגירונג, נאך דער רעזיגנאציע פון יואב גאלאנט.[4]

ווען מען האט צאמגעשטעלט די 35סטע רעגירונג פון מדינת ישראל איז זי געווארן באשטימט צו פירן דעם ספּעציעלן קאמיטעט צו באהאנדלען דעם קאָראָנאַ קריזיס.[5]

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!