רוי:יעקב עסטרייכער
יעקב עסטרייכער (געב' תשי"ט) איז אן אמעריקאנער יוד, אן אנטרעפענוער פון ברוקלין, ניו יארק, וועלכער איז איינגעשפּארט זייט 2011 אין א תפיסה אין באליוויע אן א אויסזיכט ארויסצוגיין פון דארט מיט א געהעריגן משפט.
עס איז אונטערגענומען געווארן א קאמפיין אים ארויסצונעמען פון דארט און אז די אמעריקאנער רעגירונג זאל שתדלן פאר זיין באפרייאונג.
גרויסע נייעס סטאנציעס זענען געווען ביי אים און געברענגט שוידערליכע באריכטן פונעם געזעצלאזן פאמעסאלע תפיסה וואו ער געפינט זיך, וואו די ארעסטאנטן זענען באלעבאס און ער מוז אליין קויפן א צעל און האט מורא ארויסצוגיין ביינאכט פאר זיין לעבן.
עס איז געווען א פראטעסט אין מאנהעטן פארנט פון די באליוויע אמבאסאדע.
30,000 מענטשן האבן אונטערגעשריבן א פעטיציע צום ווייסן הויז דורך עלעקטראנישע חתימות, און נאך טאפעלט מער ביי האנט אונטערשריפטן.[1]
עטליכע באקאנטע פיגורן האבן גערעדט אויף קליפס, מזרז זייענדיג דעם עולם צו אונטערשרייבן און העלפן צו זיין באפרייאונג.
רעפערענצן
דרויסנדיגע לינקס
- יעקב אסטרייכר, אויף JDN (העברעאיש)
- מחאה במנהטן: משפחת אסטרייכר רוצה את אבא, אויף JDN, מאי 3, 2012 (העברעאיש)
- יקי אדמקר, איש עסקים חרדי בגוב האריות • הסיפור המלא, אויף בחדרי חרדים, סעפטעמבער 4, 2011
- קאמפיין אין באלעבאס פארומס http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=336
- פדיון שבוים! הצלת ר' יעקב עסטרייכער ביי אידישע וועלט
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!