רוי:טשארלס דיקנס

טשארלס דיקנס

טשאַרלס דזשאן האַפאם דיקנס (ענגליש: Charles John Huffam Dickens [ˈtʃɑrlz ˈdɪkɪnz]; ‏7טן פעברואר 18129טן יוני 1870) איז געווען אן ענגלישער שרייבער בארעכנט דער גרעסטער ראמאניסט פונעם וויקטאריאנער פעריאד. מען ליינט נאך זיינע ראמאנען און קורצע מעשה'ס ביזן היינטיגן טאג.

יונגע יארן

דיקנס איז געבוירן געווארן אין פארטסמוטה, ענגלאנד, צו זיין פאטער דזשאן דיקנס און זיין מוטער עליזאבעט (באַרא). ווען ער איז געווען אלט פינף יאר האט זיך די משפחה געצויגן קיין טשאטאם. ביי די צען יאר האבן זיי זיך געצויגן קיין קאמדן, לאנדאן. דיקנס האט פארלאזט די שולע כדי צו ארבעטן אין א פאבריק ווען מ'האט געווארפן זיין פאטער אין טורמע ווייל ער האט נישט געקענט אפצאלן זיינע חובות.

שפעטער האט דיקנסט געארבעט אינעם ביורא פון אן אדוואקאט אבער די ארבעט האט אים נישט געפאלן. ער איז געווארן א זשורנאליסט וואס האט געשריבן וועגן דער רעגירונג.

זיינע ביכער

פון 1836 האט ער ארויסגעגעבן א ניי בוך כמעט יעדע יאר. אין 1838 האט ער פארעפנטליכט אליווער טוויסט, אין 1841 בארנאבי ראדזש, אין 1849 דעיוויד קאפערפילד, אין 1859 א מעשה פון צוויי שטעט און נאך אסאך אנדערע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!