רוי:חנופה

שלעכטע מידה פון זיך שיין באציען צו א רשע
חנופה
(הויפט מקורות)
מקרא תהלים נב
משנה סוטה ז, ח
תלמוד בבלי סוטה מא
משנה תורה משנה תורה לרמב"ם, הלכות דעות, פרק ב', הלכה ו'

חנופה (חֲנֻפָּה) איז א שלעכטע מידה וואס ווערט פארדאמט אין תנ"ך, חז"ל, און ספרי מוסר.

באדייט

אין תנ"ך האט "חנף" טייל מאל די באדייטונג פון א שלעכטן מענטש; אין ישעיה[1] איז פארהאן כֻלּוֹ חָנֵף וּמֵרַע, וואס האט די באדייטונג פון שלעכטקייט; אין דער גמרא און אויך שפעטערע מוסר-ספרים האט "חנופה" די באדייטונג פון דעם וואס מיר דריקן אויס אין אידיש "חנפ'ענען": לויבן די מעשים פון א צווייטן מענטש, הגם אין הארץ האט מען אין זינען פונקט פארקערט.

הארבקייט

אין דער אידישער רעליגיעזער עטיק איז חנופה פאררעכנט צו די זייער שלעכטע מידות; די גמרא[2] זאגט אז ווער עס איז חונף וועט האבן דאס גיהנום; רבי אלעזר זאגט דארט אין דער גמרא, אז ווער עס חנפ'עט א רשע פאלט ער אדער זיינע קינדער אריין אין די הענט פון דעם רשע; איין אמורא זאגט דארט אז מען מעג יא חנפ'ען א רשע אויב מען זעט, אז דורך דעם קען מען זיך אויסהיטן פון אן אומגליק, און עס ווערט דערויף געברענגט דער באווייז פון יעקב אין חומש[3], וועלכער האט גע'חנפ'עט זיין ברודער עשו, מורא האבנדיג פון אים.

רעפערענצן


דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!