זשאַן ד'אַרק (פראַנצויזיש: Jeanne d'Arc, [ʒan daʁk]; ‏1412 בערך – 30סטן מאי 1431), גערופן מיט דעם ביינאמען די יונגפרוי פון ארלעאַן (פראַנצויזיש: La Pucelle d'Orléans), איז א נאציאנאלע העלדין פון פראנקרייך און א קאטוילישע "הייליקע". זי איז געווען א פויער מיידל, געבוירן צו זשאַק ד'אַרק און איזאבעל ראמע אין דאמרעמי אין צפון־מזרח פראנקרייך. זי האט געטענה'ט אז זי האט באקומען וויזיאנען וואס האבן זי געהייסטן שטיצן שארל דער זיבעטער און צוריקנעמען פראנקרייך פון ענגלישער הערשאפט שפעט אין דער הונדערט־יעריגער מלחמה. שארל דער זיבעטער, וואס איז נאך נישט געווען אפיציעל באקרוינט מלך פון פראנקרייך, האט געשיקט זשאַן מיט אן ארמיי צו דער באלאגערונג פון ארלעאן. נאר ניין טעג נאכהער האט אויפגעהערט די באלאגערונג , וואס האט געפירט די פראנצויזישע ארמיי צו וויכטיגע זיגן און ענדליך צו שארל'ס באקרוינונג אין רימס.

אום 23סטן מאי 1430 האט מען זי איינגענומען אין קאמפיען דורך דער בורגונדי פראקציע, א גרופע פראנצויזישע אדעלן וואס זענען געווען אליאירט מיט די ענגלישע.דערנאך האט מען זי איבערגעגעבן צו די ענגלישע[1] וואס האבן געשטעלט צו א פראצעס וועגן פארשידענע באשולדיגונגען דורכן בישאף פיער קאשאן, וואס איז געווען פאר די ענגלישע.[2] קאשאן האט דערקלערט אז זי איז שולדיג און מ'האט זי פארברענט אום 30סטן מאי 1431, און זי איז געשטארבן ווען אומגעפער ניינצן יאר אלט.[3]

רעפערענצן

  1. "Le procès de Jeanne d'Arc".
  2. Régine Pernoud, "Joan of Arc By Herself And Her Witnesses", pp. 179, 220–22
  3. Andrew Ward (2005) מוסטער:IMDb title
  דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!