רוי:זאלץ (כעמיע)

כעמישע פארבינדונג פון יאנען

אין כעמיע, איז א זאַלץ א יאנישע פארבינדונג וואס וועט געמאכט פון א כעמישע רעאקציע צווישן א זייערס און א באזע. א זאלץ איז צוזאמענגעשטעלט פון פאזיטיווע יאנען (מיט א פאיזיטיווער לאדונג) און נעגאטיווע יאנען וואס איז סה"כ נייטראל עלעקטריש. די באשטאנדטייל יאנען קענען זיין אומארגאניש, ווי כלאריד (Cl ), אדער ארגאניש, ווי אצעטאט (C2H3O2); און קענען זיין פון איין אטאם,ווי פלואריד (F), אדער פון עטליכע אטאמען, ווי סולפאט (SO42).

אין טאג־טעגליכן לעבן ניצט מען דאס ווארט "זאלץ" פאר א געוויסן זאלץ, NaCl (נאטריום כלאריד), וואס מען ניצט פאר קאכן און אנדערע צוועקן פון צוגרייטן עסן.

אין אלגעמיין, ביי סטאנדארטן טעמפעראטור און דרוק, זענען נישט צעלאזטע זאלצן סאליד.

א צעשמאלצן זאלץ, אדער א זאלץ וואס איז צעלאזט אין א פליסיקייט, ווערט גערופן אן עלעקטראליט, ווייל עס קען דורכפירן עלעקטריע.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!