רוי:וויגעניזם

אַ פילאָסאָפיע וואָס אָפּוואַרפן די נוצן פון אַנימאַלס

וויגעניזם (ענגליש: Veganism) איז אן אידאלאגיע וואס גלויבט אין זיך נישט באניצן מיט סיי וואסערע פראדוקט וואס קומט פון א לעהבעדיגע באשעפעניש, ווייל זיי באטראכטן נישט בעלי חיים אלס פראדוקטן וואס מ'קען מיט זיי טוהן וואס מ'וויל.

זיי אונטערשיידן זעך פון וועגעטאריאניזם מיט דעהם וואס נישט נאר זיי פארמיידן אויך אייער, האניג און מילכיגס, נאר זיי טוהען אויך נישט ניצן לעהדער, וואקס און זיידן.

ממילא איז עס מעהר ווי בלויז א דיעטע, ס'איז א סארט לעהבנסשטייגער מיטן ציהל נישט צו נעמען אנטייל אין די צער און פּיין פון אנדערע באשעפענישן וואס וועהרט פאראורזאכט דורך די מאסן פראדוקציע - אויף ווי ווייט מעהגלעך.

סיבות

פארהאן דריי הויפט אורזאכן פארוואס מענטשן וועהלן אויס דעהם לעהבנס-שטייגער:

  • פאר די בעלי חיים. דאס גלויבן אז זיי שפיהרן און פארשטייען וואס מיר טוהען מיט זיי און ס'איז נישט ריכטיג.
  • געזינט, געוויסע מענטשן און דאקטוירים האלטן א ס'איז געזינטער נישט צו עסן דברים הבא מן החי
  • די וועלט\ענווייראמענט, לויט א יו ען שטודיע איז פראדוציהרן בעלי חיים דער גרעסטער גורם פאר גלאבאלע אנווארעמונג

אלטערנאטיוון

די אלטערנאטיהוון זענען פילע. צ.ב.ש.: פילע מאכלים געמאכט פון סאָי ווי טאָופו און מילך און קעז.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!