וואטיקאן שטאָט
C o a Vatican City.svg

וואטיקאן איז א שטאטס שטאַט, דאס איז דער געגנט וואו דער פויבסט וואוינט. עס איז א קווארטאל אין רוים מיט אן אייגן פאליציי און רעגירונג. פון דארטן ווערט געפירט די גאנצע מלוכה פון קאטוילישן קריסטליכן גלויבן איבער דער וועלט.

דער וואטיקאן געפינט זיך אינמיטן רוים, און ווערט פאררעכנט ווי אן אייגן לאנד אין א צווייט לאנד. עס איז פאקטיש דאס קלענסטע לאנד (אין שטח) איבער דער וועלט.

דער וואטיקאן מיטן פויפסט אין שפיץ האט אמאל געשפילט א ריזיגע ראלע, אין דער מיטל אלטער זענען זיי געווען א ממליך מלכים, יעדער קעניג פון אייראפע האט זיך געמוזט בוקען פארן פובסט, ווי מער דער קעניג אדער קעניגען זענען געווען געטריי פארן פובסט אלץ מער איז געווען א טשאנס אז זיי זאלן ווערן מלך, די מאסן פון יעדע מדינה האט ענדרשט געפאלגט דעם פויבסט ווי דער קעניגרייך, אויף באפעל פונעם פויבסט האט מען גע'הרג'ט טויזנטער און צענליגער טויזנטער מענטשן, ווען די מאדערנע וועלט איז אנטאנען האט מען אראפ געווארפן די יאך פונעם פויבסט, און יעדע מדינה האט זיך זיינע געזעצן און זיין וועג וויאזוי צו ערוועלן א פירער.

עס דערמאנט דעם ווערטל וואס סטאלין האט געזאגט ביים צווייטן וועלט קריג, עס איז דאן אויסגעקומען פאר די רוסן לויט זייערע מלחמה פלענער זיי זאלן אינוואדירן דעם וואטיקאן, ווען זיינע גענעראלער האבן איהם געזאגט אז עס פאסט נישט מען זאל איינעמען דעם וואטיקאן האט ער געפרעגט מיט א צינישן שמייכל וויפיל באטאליאנען מיליטער האט דער וואטיקאן?

אין גמרא און אין מדרש שטייט אז אין רוים איז דא כלים פון בית המקדש, רבי יוסי האט געזעהן דעם פרוכת פון קדשי הקדשים און געזען ווי עס איז דערויף דא סימנים פון בלוט וואס מען האט דערויף געשפריצט. דעריבער איז דא וואס זאגן אז היינט צו טאג זענען זיי באהאלטן אין די קעלערן פון דעם וואטיקאן, די כלים זענען אהין געברענג דורך די רוימער וואס האבן חרוב געמאכט דאס הייליג לאנד און דעם בית המקדש ווי עס שטייט 'ואת כלי בית ה' וכו'.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!