רוי:הערשל פרידמאן

הערשל פרידמאן איז א סאטמארער (מהר"א) חרדישער יידישער שריפט שטעלער. זיינע ארטיקלען לויפן בעיקר אין דער איד אבער אויך אין אנדערע פילע זשורנאלן און אידישע צייטונגען ווי די צייטשריפט, דער בלאט און דער שטערן, אונטערן פענע נאמען פ. הירש און באב"ד און נאך נעמען. ווי אויך זאגט ער א וועכנטליכן אנאליז אויף דער חרדישער "קול מבשר" אינפארמאציע ליניע.

ער האט באארבעט דאס בוך "דער מייסטער שפיאן" וועלכער איז ארויסגעגעבן געווארן אין ניסן תשס"ג דורך די אידישע פענע און הוצאת חן.

אין דעם בוך באשרייבט ער דאס שטורמישע לעבן פונעם בריטישן שפיאן סידני ריילי, און ווי דערנאך וואס ער איז געוואויר געווארן אז ער איז א איד, איז ער געווארן א בעל תשובה און געפארן קיין ירושלים מיטן נאמען ראובן און איז דארט נסתלק געווארן אום י"א ניסן תש"ד און איז באהאלטן געווארן אין הר הזתים קעגן איבערן מקום המקדש.


תלמיד חכם

ער לערנט פאר שיעורים אין סאטמאר בית המדרש אין קרית יואל. ער האט מחבר געווען א ספר "שבעה רועים" א שיינער ליקוט אויף די זיבן אושפיזן, און נאך ספרים אויף אידיש ווי "מאפילה לאור גדול" א באשרייבונג פונעם נס ההצלה פון סאטמארער רבי'ן זצ"ל ר' יואל, און נאך.

ביאגראפיע

ער איז א זון פון משה פרידמאן (קאמפיוטער), און א ברודער פון דעם היינטיגן רעדאקטאר פון דער איד, אהרן פרידמאן.

דרויסנדיגע לינקס

אנאליזן מיט הערשל פרידמאן, אויף אידיש24 וועבזייטל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!