רוי:העראלד קושנער

קאנסטרוקטיווער ראביי

 

ראביי העראָלד שמואל קושנער (ענגליש: Harold Kushner) איז א שרייבער און פראמינענטער אמעריקאנער ראביי וועלכע געהערט צו דער קאנסערוואטיווער באוועגונג.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין יאהר 1935 אין ברוקלין, ניו יארק. ער האט שטודירט אין קאלומביע אוניווערסיטעט, אויך האט ער א צייט געלערנט אין דער העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים.

פאר איבער 25 יאהר האט ער געדינט אלס ראביי אין טעמפל ישראל אין נעטיק, מאסאטשוסעטס.

זיינע ביכער

ווען שלעכטע זאַכן פּאַסירן צו גוטע מענטשן (ענגליש: When Bad Things Happen to Good People) איז אן ענגליש פילאזאפיש ביכל ארויסגעגעבן אין 1978 דורך קושנער וואו ער אדרעסירט די אלטע וועלטס-פראגע פון צדיק ורע לו, רשע וטוב לו.

ער האט עס ארויסגעגעבן א יאהר נאך וואס זיין זון, אהרן, איז געשטארבן אין עלטער פון פערצן יאהר נאכן ליידן א לענגערע צייט פון א שטערבליכע קרענק.

דאס בוך איז געווען עטליכע מאָנאַטן אויף דער ניו יארק טיימס בעסטע סעלער ליסטע פון נישט-פיקציע.

עס איז איבערגעדרוקט געווארן פילצאליגע מאל אין די אכציגער יאהרן.

די ערשטע דרוקן אנטהאלטן בסך הכל 149 זייטן.

לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!