רוי:דעדי גרויכער

ישראלישער זינגער

 

עודד דוד, "דעדי", גרויכער (העברעאיש: עודד דוד גראוכר; י"ז אב ה'תשכ"א - כ"ו אלול ה'תשפ"ג) איז געווען אן ארטאדאקסישער אידישער זינגער און ביזנעסמאן אין ארץ ישראל.

ער איז נפטר געווארן אין עלטער פון 62 יאר, אום כ"ו אלול ה'תשפ"ג, נאכ'ן ליידן פון דער ביטערער מחלה. ער האט איבערגעלאזט א ווייב און צען קינדער.

ער איז באערדיגט געווארן אין בית שמש.

מוזיק קאַריערע

אלס קינד האט ער געזונגען אין דעם "צליל וזמר" כאר פון יגאל צליק.

דעדי האָט אָנגעהויבן זיין מוזיק קאַריערע אלס מיטזינגער אויף עטליכע מרדכי בן דוד אַלבומען, אין די סוף 1970ער און פרי 1980ער יארן.[1]

מיט דער צייט האט ער אנגעהויבן אליינס ארויסגעבן זיינע אייגענע מוזיק אלבומס.

ער האט מיטגעארבעט מיט די קאָמפּאָזיטאָרן יאָסי גרין, הרב ברוך טשייט, אַבי ראָטענבערג און אַנדערע פאַר די לידער וואָס זענען געוויזן אויף זיינע אלבומס. די מוזיק אויף זיינע אַלבאמען איז אַראַנזשירט געוואָרן דורך משה לאַופער, מונה ראָזענבלום, סוקי בערי, ישראל לאם (דער "נגינה" ארקעסטער) און רובי באנעט.

משפחה

דעדי און זיין פרוי מלכה וואוינען אין פתח תקווה, ישראל.[2] זייער זון, אביאל גרויכער, איז א מוזיק אראנדזשירער און קאמפאזיטאר.[3]

דיסקאָגראַפיע

סאָלאָ אַלבאמען

  • ותחזינה
  • רצה (1993)
  • אמנם (1994)
  • ואהבת (1996)
  • בטחו בשם (1997)
  • אדון השלום (1999)
  • Hooked on Dedi (2001)
  • הכל לטובה (2003)
  • מפני מה (א גינגל)

באַווייזן

  1. OutOfTowner’s Perspective of HASC 26. Jewish Music Report (‏18טן יאנואר 2013). דערגרייכט דעם 19טן אקטאבער 2014.
  2. Point by Point Summary: Bava Basra 36. דערגרייכט דעם 19טן אקטאבער 2014.
  3. Aviel Graucher Presents: Daniel Dahan "Nehora". The Jewish Insights (‏סעפטעמבער 2013). דערגרייכט דעם 19טן אקטאבער 2014.

https://www.kikar.co.il/dayan-haamet/s0u250

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!