רוי:גואל הדם

קרוב פון ערמארדטן מיט רעכט נקמה צו נעמען

גואל הדם (אויסלייזער פון בלוט) איז א קרוב פון אן ערמארדטן וועלכער האט א רעכט - אין געוויסע פעלער - נקמה צו נעמען פאר זיין טויט דורך אומברענגען דעם שולדיגן.

אין חומש[1] ווערט געזאגט, אז אויב איינער האט געטויט א מענטש, זאל דער "גואל הדם" טויטן דעם רוצח; אויב אבער ער האט געטויט א מענטש בשוגג, זאל ער אנטלויפן אין די ספעציעלע שטעט, ערי מקלט, וואו דער גואל הדם טאר אים נישט טויטן.

ווער איז דער גואל הדם? געווענליך טייטשן די מפרשים, אז דאס מיינט מען, דער נענטסטער פאמיליע-קרוב פון דערמארדעטן. די גמרא[2] זאגט, אז אויב דער גואל הדם טויט נישט דעם רוצח דארף דאס סנהדרין דורכפירן די טויט-שטראף.

דער באגריף פון "גאולת הדם" איז ביי טייל פעלקער אין די מזרח לענדער פארשפרייט נישט נאר אויפן רוצח אליין נאר אויף דער גאנצער פאמיליע אדער שבט פון רוצח.

רעפערענצן

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!