רוי:גארטל הערפעס

 

גארטל הערפעס אויפן נאקן

גארטל הערפעס (Herpes zoster) איז א קראנקייט פון מענטשן. די סימפטאמען זענען ווייטיק און אן אויסשיט מיט בלאטערן. דער ווירוס וואס שאפט גארטל הערפעס איז דער זעלבער ווירוס וואס שאפט פּאָקן.

אינפארמאציע

גארטל הערפעס איז א ווירוס קראנקייט געשאפן פונעם וואריצעלא זאסטער ווירוס (VZV), דער זעלבער ווירוס וואס איז גורם פאקן. די סימפטאמען זענען ווייטיק מיט א בלאטערישן אויסשיט לענגאויס די נערוון וואו דער ווירוס געפינט זיך. רוב מענטשן וואס ליידן פון גארטל הערפעס זענען אין די עלטערע יארן. מען קען זיך נישט אנשטעקן מיט גארטל הערפעס; אבער ס'איז מעגלעך זיך אננעמען מיט פאקן אויב מען רירט אן דעם אויסשיט פון א מענטש וואס האט גארטל הערפעס.

קוראציע

איינער פון די וועגן צו באהאנדלען גארטל הערפעס איז מיט סטערוידן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!