רוי:ברוך בן נריה

תלמיד און סופר פון ירמיהו הנביא

בָּרוּךְ בֶּן נֵרִיָּה הכהן איז געווען דער תלמיד און סופר פון ירמיהו הנביא

אין ספר ירמיהו[1] ווערט דערציילט, אז ברוך בן נריה האט אויפגעשריבן די נבואות פון ירמיהו; דארט זאגט ברוך: "מפיו יקרא אלי את כל הדברים האלה ואני כותב על הספר בדיו" (ער, ירמיהו, ליינט מיר פאר די אלע ווערטער, און אויך שרייב זיי אויף דעם ספר מיט טינט). ווייטער[2] ווערט געזאגט, אז ברוך איז צוזאמען מיט ירמיהו אוועק קיין מצרים. לויט טייל אלטע קוואלן[3] איז ברוך נפטר געווארן אין בבל. אין דעם "סבוב רבי פתחיה" (פון א רייזנדער פון 12טן יארהונדערט) ווערט דערציילט, אז אין בבל איז פארהאן ברוכ'ס קבר.

לויט אן אלטער טראדיציע, וועלכע ווערט געברענגט אויך אין דער הקדמה פון רמב"ם צו משניות, איז עזרא הסופר געווען א תלמיד פון ברוך בן נריה.

רעפערענצן

  1. ירמיהו לו
  2. ירמיהו מג
  3. פלאוויוס אין "אלטערטימער", בוך 10, קאפיטל 1
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!