רוי:בען קארסאן

אמעריקאנער כירורג און פאליטיקער

 

בען קארסאן

בענזשאמין סאלאמאן "בען" קאַרסאָן, סיניער (ענגליש: Benjamin Solomon "Ben" Carson, Sr; געבוירן דעם 18טן סעפטעמבער, 1951) איז אַן אמעריקאנער פענסיאנירטער נערוון־כירורג און א פּאָליטיקער.

ביאגראפיע

קארסאן איז געבוירן דעם 18טן סעפטעמבער 1951 אין דעטרויט, מישיגן, צו זיינע עלטערן סאָניאַ און ראבערט סאלאמאן קאַרסאָן. זיינע ביידע עלטערן זענען געקומען פון גרויסע משפּחות אין דזשארדזשיע און געוואוינט אין טענעסי וואו זיי האבן זיך באגעגנט און חתונה געהאט. קאַרסאָן'ס מוטער איז געווען אלט בלויז 13 יאר ווען זי האט געהייראט קארסאנ'ס פאטער וואס איז געווען אלט 28 יאר.

יוגנט

קארסאן האט געהאט א שווערע יוגנט, זיינע עלטערן האבן זיך גע'גט ווען זיין מאמע איז געוואויר געווארן אז זיין טאטע האט געהאט אַ פריערדיגע פאמיליע און האט נישט גע'גט זיין ערשטער פרוי. ער און זיין ברודער זענען געווארן אויפגעצויגן דורך זיין מאמע וואס האט געארבעט גאר שווער צו ברענגען ברויט אין שטוב.

אויסבילדונג

קארסאן האט שטודירט און יעל אוניווערסיטעט און אינעם מישיגן אוניווערסיטעט'ס מעדיצין שולע. קאַרסאָן האט געשריבן עטליכע ביכער אויף זיין מעדיצינישע קאַריערע און אויף זיינע פאליטישע שיטות.

פאמיליע

קארסאן האט געהייראט קענדי רוסטין אין 1975 און האט געהאט דריי קינדער מיט איר.

פאליטישע טעטיקייטן

קאַרסאָן, וואס איז געווען רעגיסטרירט אלץ רעפּובליקאַנער, האט געטוישט זיין רעגיסטראַציע צו זעלבסטשטענדיג אין 1990 נאָך צוקוקן ווי די רעפּובליקאַנער באשולדיגן ביל קלינטאן. ער האט דעמאלטס געזאגט: "איך האב געזען אַזוי פיל היפאקריטישקייט אין ביידע פּאַרטייען"

און 2013, האט קאַרסאָן געזאגט אז ער איז נישט קיין מיטגליד אין קיין שום פּאָליטישער פּאַרטיי.

פרעזידענטליכע וואלן 2016

אום 4טן מאי, 2015 האט קארסאן געמאלדן אז ער גייט לויפן אלס רעפובליקאנער פאר פרעזידענט אין די 2016 וואלן.

קארסאן האט זיך דערנאך ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט און אינדארסירט דאנאלד טראמפ און האט באקומען די באהויזונג און שטאָטישע אנטוויקלונג שטעלע (HUD) אין דער קאבינעט פון דאנאלד טראמפ.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!