רוי:א שטורעם אין מדבר
א שטורעם אין מדבר איז א בוך רעדאקטירט און בעארבעט דורך מנחם מנדל, ארויסגעגעבן אין ירושלים תשס"ו.
א שטורעם אין מדבר איז א שפאנענדע ערציילונג, ארגינעל געשריבן דורך י.ש.ר., וועלכער באציהט זיך אויף די צייט ווען עס איז אויפגעקומען די איסלאמישע רעליגיע דורך מוחמד עבדאלא.
די ערציילונג לייגט אראפ ווי אזוי די יודן פון די חייבאר בערג אין צענטראל אראביען האבן געקעמפט קעגן מוחמד וועלכער האט געוואלט אויפצווינגען אויף זיי זיין ניי געשאפענע רעליגיע.
א הויכפונקט פון די פאסירונג איז ווי אזוי צינה, די טאכטער פונעם פירשט, האט נקמה גענומען פון מוחמד פארן טויט פון איר מאן.
עס אנטהאלט ניינצן קאפיטלען.
די צווייטע מעשה אין דעם בוך איז א קורצע ערציילונג, ארגינעל געשריבן דורך ש. כהן, מיטן נאמען די אומגעריכטע הילף.
עס באשטייט פון פינעף קאפיטלען און דערציילט ווי אזוי א יוד איז געראטעוועט געווארן פון א פאלשן בלבול אז ער האט דערמארדעט א רייכן תבואה הענדלער צו רויבן זיין געלט.
דער בוך אנטהאלט בסך הכל, דריי-הונדערט-און-זיבעצן זייטן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!