רוי:אלוועלטליכע ציוניסטישע באוועגונג

די אלוועלטליכע ציוניסטישע באוועגונג איז געגרינדעט געווארן דורך בנימין זאב הערצל, אין יאר 1897, אין באזעל, שווייץ. ביים ערשטן ציוניסטישן קאנגרעס. די ציל איז פאראייניגן אלע ארגאניזאציעס אונטער איין דאך.

די באוועגונג ווערט פארעכנט, צוזאמען מיט די נאציאנאלע אגענטורן אין ארץ ישראל, אלס די הויפט ארגאניזאציעס וואס האבן געשאפן אינטערנאציאנאלע אנערקענונג אין א יידיש דעמאקראטיש לאנד, און אלס גרינדערס פון מדינת ישראל.

זיי האבן געדינט אלס פארשטייער אנהייב פאר דער אטאמאנישער אימפעריע, און שפעטער פאר דעם בריטישן מאנדאט. אין 1929, איז רוב פון אירע פליכטן אריבער צו דער יידישער אגענטור, אלעס וואס איז נוגע פאר פאליטיק אינערהאלב פאלעסטינע, אונטער איר אויפזיכט איז פארבליבן בלויז די אפציעלע פאליטיק אויף אויסלאנד.

יעדער איד וואס האט געוואלט זיין א מיטגליד, האט געמוזט באצאלן איין ציוניסטיש שקל, און דערביי אנגענומען געווארן אלס מיטגליד, עס איז געווען אפן פאר יעדן ייד.

דער 23סטער קאנגרעס איז פארגעקומען אין ירושלים, אין יאר 1951. דערביי זענען באשלאסן געווארן, אז וויבאלד די ציל אז א יידיש לאנד איז שוין א פאקט, האט זי באקומען נייע צילן.

איינע און דאס וויכטיגסטע, איז דאס ברענגען עולים קיין ישראל, און דאס פארבינדונג צווישן ישראל אין די אידן איבער דער וועלט.

די באוועגונג האט געהאט מערערע אגענטורן אונטער זיך, די יידישע אגענטור, קרן היסוד, קרן קיימת לישראל, און נאך אנדערע וואס האבן זיך פארנומען מייסטנס, מיט קויפן ערטער אין ישראל, פאר יידישע באזעצונג. א טייל פון די אגענטורן זענען שוין מער נישט טעטיג, און די וואס זענען נאך יא, באשעפטיגן זיך בעיקר מיטן פארבעסערן דאס לעבן אין ישראל, ווי אויפשטעלן פארקן, וועלדער, פלעצער פאר קינדער זיך ארום צו שפילן, און אנדערע סאציאלע אקטיוויטעטן.

הערצל איז געווען ערשטער פרעזידענט, דערנאך איז געווען דוד וואלפסאן, נאכדעם אטא ווערבורג, דערנאך חיים ווייצמאן, נחום סאקאלאוו, נאכאמאל חיים ווייצמאן, דערנאך דוד בן גוריון.

אין די שפעטערע יארן האט די באוועגונג פארלוירן איר אלטע גלאנץ, און היינט איז עס א מינדערוויכטיגע ארגאניזאציע, בלויז מיט כבוד.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!