רוי:אלדא מארא
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "אלדא מארא".
אַלדא מארא (איטאליעניש: Aldo Moro; 23סטן סעפטעמבער 1916 – 9טן מאי 1978) איז געווען אן איטאליעישער פאליטיקער, און דער 39סטער פרעמיער מיניסטער פון איטאליע. די טעראר ארגאניזאציע די "רויטע בריגאדעס" האבן אים דערמארדעט אין 1978 נאך א תפיסה פון 55 טעג.
אַלדא מארא איז געבוירן געווארן דעם 23סטן סעפטעמבער 1916 אין מאליע, פוליע פראווינץ. ער האט שטודירט געזעצן אינעם אוניווערסיטעט פון בארי, און אין 1941 איז ער געווארן א פראפעסאר דארטן. פון 1939 ביז 1942 איז ער געווען פרעזידנט פון דער פעדעראציע פון קאטוילישע סטודענטן אין איטאליענישע אוניווערזיטעטן אין בארי.
ער איז געווען א לעקטאר פון געזעץ אין בארי צוואנציג יאר.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!