רוי:אינטערנאציאנאלע געריכט פון יוסטיץ

דאס אינטערנאציאנאלע געריכט פון יוסטיץ איז דאס געריכט פון די פאראייניגטע פעלקער. עס געפינט זיך אין דען האג, האלאנד. דאס געריכט עקזיסטירט פאר צוויי צוועקן:

  • אויסצוגלייכן פלוגתות צווישן לענדער.
  • זאגן א מיינונג אין פראגעס פון די פאראייניגטע פעלקער.

דאס געריכט איז געגרינדעט געווארן אין 1945. עס האט 15 ריכטער וואס ווערן געוויילט דורך דעם זיכערקייט ראט און דער אלגעמיינער פארזאמלונג פון די פאראייניגטע פעלקער.

פון 2012 ביז 2015 איז דער פרעזידענט פונעם געריכט פעטער טאמקע (פון סלאוואקיי).

אום יולי 19, 2024 האט דאס געריכט ארויסגעגעבן א נישט-בינדנדיגע מיינונג וואָס האט קריטיקירט די פארמאנטע לאַנד עקספּראָפּריאַציע און זידלונג פאליסיס פון מדינת ישראל. די געריכט האט דערקלערט אומלעגאַל די ווייטערדיגע אנוועזנהייט פון מדינת ישראל אין די "אוקופירטע פאלעסטינער געביטן", וואס זי האט דעפינירט אלס די מערב ברעג, מזרח ירושלים, און עזה (כאָטש מדינת ישראל האט זיך ארויסגעצויגן פון דעם געביט אין 2005). די געריכט האט אויך פארלאנגט פון מדינת ישראל צו אפשטעלן אלע נייע זידלונג-אקטיוויטעטן, ענדיגן איר אנוועזנהייט אין די געביטן אזוי שנעל ווי מעגליך, און עוואקואירן די אידישע איינוואוינער[1].

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!