רוי:אהמאד ניקטאלאב

איראנער דיכטער, שרייבער און לינגוויסט (1934–2020)

 

אהמאד ניקטאלאב
טעקע:احمد نیک طلب یاور همدانی.jpg
געבורט אפריל 22 1934
האמאדאן
פטירה מערץ 3 2020 (אלט: 85)
טעהראן
פאך דיכטער, שרייבער, לינגוויסט
אונטערשריפט טעקע:YavarHamedaaniSign.png

אַהמאַד ניקטאַלאַב (פּערסיש: احمد نیک طلب), אויך באקאנט ווי יאַוואַר האַמעדאַני (یاور همدانی; אפריל 22 1934מערץ 3 2020), איז געווען אן איראנער דיכטער, שרייבער און לינגוויסט.

לעבן

ער איז געבוירן געווארן אין האמאדאן. נאכ'ן ערציאונג און האבן געלעבט אין האמאדאן פאַר דער ערשטער טייל פון זיין לעבן, איז ער געגאנגען קיין טעהראן פאָרזעצן זיין בילדונג אין טעהראן אוניווערזיטעט. זיינע ערשטע ארטיקלען זענען פארעפנטליכט געווארן אין ארמאגאן זשורנאל. זיינע ערשטע לידער זענען אַרויס אין עלטער פון דרייצן יאָר. ער איז געווען טעטיג אין די ליטערארישע פאראיינען פון האמאדאן און טעהראן, אריינגערעכנט דער איראנישער ליטערארישער פארבאנד. ער איז אויך געווען א פראמינענטער מיטגליד פון דער איראנישער ליטערארישער פארבאנד. ראהי מאייערי, מעהרדאד אוועסטא, האסעין מאנזאווי זענען געווען צווישן זיינע באַקאַנטע און חברים.[1] פון די 1930ער יארן, האט אַהמאַד ניקטאַלאַב אנגעהויבן זיין אַרבעט מיט די ראַדיאָ ארגאניזאציע, צוזאמען מיט פיגורן אַזוי ווי ראהי מאָייערי, פילע פון וועמענ'ס לידער זענען געזונגען געווארן אויף מוזיק זייט דעמאלט. אסאך פון די לאקאלע לידער פון האמעדאני זענען איבערגעזעצט געווארן אויף אסאך מזרח שפראכן בשעת זיי ווערן איבערגעגעבן אויף איראנער ראדיא פראגראמען.[2]

ער איז געווען אַ מיטגליד פון דער ניקטאַלאַב משפּחה. אהמאד'ס עלטסטער זון איז באבאק ניקטאלאב, וועלכער איז א פערסישער דיכטער, און אהמאד'ס טאכטער איז פופאק ניקטאלאב.[3]

ער איז געשטארבן פון א הארץ אטאקע אין טעהראן אין עלטער פון 85 יאר,[4] און ער איז באַגראָבן געוואָרן אין דער קינסטלער-אָפּטיילונג פון בהשת-ע זהרה.[5] כאָטש ער איז געווען אַ מוסולמענער, איז ער געווען איינער פון די פּאָפּולערסטע לערערס אין דער "אליאנס פון ישראל" (איתיהד) שולע אין האַמאַדאן, וואו ער האָט פארגעלערנט פּערסישע ליטעראַטור.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!