רוי:אדורה

יישוב אין ישראל

 

31°33′8″N 35°1′8″E / 31.55222°N 35.01889°E / 31.55222; 35.01889 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט אֲדוֹרָה (ארויסגערעדט: אַדאראַ) איז אַ קהילה-יישוב אין די חברונער בערג, ישראל.


געשיכטע

אַדורה געפינט זיך צום מערב פון דער שטאָט חברון. אַדמיניסטראַטיוו איז ער אין באַשטאַנד פונעם רעגיִאָנאַלן ראַט הר חברון. דער ישוב איז געגרינדעט געוואָרן אין 1982 ווי אַ מיליטערישער זידלונג-פאָרפּאָסט (היאחזות נח"ל). אין 1984 איז אדורה געוואָרן אַ בירגערלער ישוב. לויט די אָנגאַבן פון 2011, האָבן אינעם ישוב געוואוינט 268 משפּחות. אדורה איז געמישטער ישוב (פרומע און וועלטליכע אידן). אין אדורה זענען דאָ אַ שול, צוויי קינדער-גערטנער, אַ ספּאָרט-זאַל,, אַ פּיצעריע, אַ יוגנט-קלוב און אַ קליינע אינדוסטריעלע זאָנע.


דער נאָמען

דער ערשטער, צייטווייליקער, נאָמען פונעם ישוב איז געווען מצפּה-אמציה. זינט 1984 איז דער נאָמען געביטן געוואָרן אויף אדורה – לויטן נאָמען פון דער אוראַלטער שטאָט אדורים, וועלכע איז דערמאָנט אינעם תנ"ך, אין דער רשימה פון די שטעט פון ממלכת יהודה, וועלכע זענען פאַרפעסטיקט געוואָרן דורך מלך רחבעם (ספר דברי הימים ב', פּרק י"א, פּסוק ט'). די אוראַלטע שטאָט אדורים האָט זיך געפונען צום דרום-מזרח פונעם יעצטיקן ישוב אדורה, אויפן אָרט פונעם גרויסן אַראַבישן דאָרף דוּרא.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!