רוי:אבו האמזא

בריטישער מוסולמענער טעראריסט, געבוירן 1958 אין עגיפטן
יש לעדכן ערך זה.
ייתכן שהמידע המצוי בדף זה אינו מעודכן, איר זענט געלאדענט ארויסצוהעלפן און אפדעיטן דעם ארטיקל. אויב איר האלט אז עס פעלט נישט דאס צו אפדעיטן, קענט איר אוועקנעמען דעם מוסטער. עדכון
אבו האמזא
אבו האמזא, קורץ נאכדעם וואס מען האט אים אויסגעליפערט קיין אמעריקע אין 2012
אבו האמזא, קורץ נאכדעם וואס מען האט אים אויסגעליפערט קיין אמעריקע אין 2012
געבורט אפריל 15, 1958 (יארגאנג: 66)
אלעקסאנדריע, עגיפטן

מוסטאפא קאמעל מוסטאפא (אַראַביש: مصطفى كامل مصطفى; געבוירן אפריל 15, 1958 אין אלעקסאנדריע, עגיפטן), אויך באקאנט אלס אבו האמזא אל-מאסרי (أبو حمزة المصري, מיינענדיג: טאטע פון האמזא, דער עגיפטישער), אדער פשוט אבו האמזא, איז א טעראריסט און א מיטגליד פון דעם פינסבערי פארק מעטשעט וואו ער האט פאר עטליכע יאר געדינט אלס אימאם ביז מען האט אים באזייטיגט ווייל ער האט דארט געהאלטן ראדיקאלע רעדעס, וואס אין זיי האט ער געפרעדיגט ראדיקאליזם און געטריישאפט פאר דער טעראר גרופע על קאידא, און אויך געהעצט דעם המון עם קעגן דער אמעריקאנער אינוואדירונג אין איראק, און מען האט אים פארהאלטן אין די ענגלישע טורמעס.

אמעריקע האט געבעטן פון ענגלאנד זיי זאלן ארויס ליפערן דעם טעראריסט. זיין אדוואקאט האט געפאדערט אז מען זאל אים נישט אויסליפערן, נאר ער זאל ענדיגן זיין זיבן יעריגע אורטייל טורמע, וואס דער ענגלישער געריכט האט אים צוגעטיילט. און דערנאך זאל ער קענען גיין פריי. האמזא האט היינט צוטאגס ענגלישע בירגערשאפט, און דעריבער האט זיין אדוואקאט געהאפט אז ער וועט קענען בלייבן אין ענגלאנד, און פארענדיגן זיין טורמע טערמין, און נישט ווערן אויסגעליפערט קיין אמעריקע. נאך וואכן וואס דער קעיס האט זיך געצויגן, האט דער ענגלישער געריכט געאורטיילט אז ער זאל יא ווערן אויסגעליפערט, און מען זאל אים טראגן קיין אמעריקע.

האמזא'ס אדוואקאט האט קאמענטירט, אז דער ווילן פון האמזא צו בלייבן אין ענגלאנד איז אויס פארכט אז האמזא וועט געשיקט ווערן צו די ביטערע אמעריקאנער טורמעס ווי געוואטנאמע בעי טורמע, וואס איז באוואוסט מיט אירע שארפע אומשטענדן. אמעריקע, דאגעגן, האט רעאגירט אז זיי האבן נישט אין פלאן צו שיקן האמזא אהין צו די בארבארישע טורמעס, נאר זיי ווילן אים בלויז אויף אויספארשונג, און זיי וועלן אים באהאנדלען מיט לייכטע אומשטענדן. צום סוף האט ענגלאנד באשטעטיגט ענדגילטיג די אויסליפערונג פון אבו האמזא קיין אמעריקע.

דער מ.פ. פון בירמהענגאן קאליד מוכאמעד, וואס איז אויך אן אראבער, האט געלויבט דעם היים סעקרעטאר פאר זיין באשלוס אויסצוליפערן האמזא, און געמאלדן אז דער שריט איז א מעלדונג פאר די ראדיקאלע מוסולמענער וואס וואוינען אין ענגלאנד אז זייער ארט איז נישט אין ענגלאנד, און אז מען וועט שטרענג באהאנדלען איינעם וואס נעמט אנטייל אין פרעדיגן ראדיקאליזם, און העצט אן די מוסולמענער צו אפטון ווילדע זאכן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!