רבי שבתי משורר באס

מחבר פון 'שפתי חכמים' (ה'ת"א–ה'תע"ח)


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות

פאראמעטער [ אב ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי שבתי משורר באס
געבורט 1641
פטירה 1718 (אלט: 77 בערך)
כ"ב תמוז ה'תע"ח
קבורה ארט קראטאשין

רבי שבתי משורר בּאַס (ה'ת"א–ה'תע"ח) איז געווען א תלמיד חכם[1], מוכר ספרים, דרוקער, מוציא לאור, און א חזן. ער איז בארימט מיט זיין פירוש שפתי חכמים אויף רש"י על התורה, און מיט זיין ביבליאגראפישע ווערק שפתי ישנים.

ביאגראפיע

רבי שבתי איז געבוירן אין יאר ת"א אין שטאט קאליש אין פוילן, צו זיין טאטן רבי יוסף[2]. ביי דער שוועדישער אינוואזיע אין פוילן (העב'), אין ד' חשון תי"ז, זענען זיינע עלטערן אומגעברענגט געווארן דורך די קאזאקן, צווישן א גרויס טייל פון די אידישע קהילה אין קאליש[3].

רבי שבתי און זיין עלטערער ברודער, רבי יעקב שׂטרימרשׂ (נפ' תמ"ו), א מקובל, האבן איבערגעלעבט און זענען אנטלאפן קיין פראג. אין פראג האט ער זיך איינגעהאנדלט א קענטעניס אין ש"ס, לערנענדיג ביי רבי מאיר ווערטירשׂ אין אלטן שול[4]. פארמאגנדיג אן אנגענעמע שטימע, האט רבי שבתי געדינט אלס משורר (באַסיסטא) מיט'ן חזן רבי לייב שיר השירים אינעם אלטניי שול אין פראג, פון וואס ער האט באקומען די צונעמען "משורר" און "באַס". אין יאר ת"ל איז צו ר' שבתי און זיין ווייב מירל[5] געבוירן זיין זון, יוסף.

זיין ליבע צו ספרים און א קריטיקער געפיל האבן אים צוגעצויגן צו דרוקן און פארעפנטליכן. אין יאר תכ"ט האט ער ארויסגעגעבן אַן איבערגעארבעטע אויפלאגע פונעם ספר 'באר משה', פון רבי משה שׂערטילשׂ, וואס פארטייטשט אויף אידיש די שווערע ווערטער פון חומש און חמש מגילות. רבי שבתי האט צוגעלייגט א קורצער הקדמה אין לשה"ק און אין אידיש, און עטליכע זייטן פון כללי הדקדוק[6]. דער ספר איז דאן געווען זייער פאפולער צווישן מלמדים, און געוויסע קהילות האבן פארלאנגט אז די מלמדים זאלן זיך באנוצן בלויז מיט דעם[7].

וויבאלד עס איז נישט געווען קיין פולשטענדיגע ליסטע אין לשון-קודש פון אידישער ליטעראטור, האט ער זיך אונטערגענומען דאס צוזאמצושטעלן. פון תל"ד האט ער געוואנדערט דורכאויס אייראפע באזוכנדיג ביבליאטעקן און פּריוואטע זאמלונגען פון ספרים אין פּוילן, דייטשלאנד און האלאנד. צווישן אנדערע איז ער אריבער גלוגא, קאליש, קראטאשין, ליסא, וויען, פויזן, ווירמייזא, ביז ער האט זיך ענדליך, אין יאר תל"ט, באזעצט אין אמסטערדאם, האלאנד[8], וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן פינף יאר[9].

אין אמסטערדאם האט ער שטודירט די קונסט פון דרוקן און הגה, און ארויסגעגעבן זיינע דריי חיבורים, 'מסכת דרך ארץ' - א וועגווייזער-ביכל אויף אידיש פאר רייזנדע (ת"מ); דער חומש מיט א פירוש אויף רש"י, 'שפתי חכמים' (ת"מ), א פּאפּולערער פירוש אפט איבערגעדרוקט; און 'שפתי ישנים' (ת"מ), א ליסטע אין לשון־קודש פון ארום 2,200 ספרים.

ער האט פארלאזט אמסטערדאם צו גרינדן אן אייגענעם פרעסע און אין תמ"ח האט ער באקומען א פּערמיט אויפצושטעלן א לשון־קודש דרוקעריי אין אַוראַס[10], שלעזיע (12 מייל פון ברעסלוי; היינט אין פוילן), און געעפנט א דרוקעריי אין תמ"ט אינעם דערנעבנדיגן דיהרנפורט. דארט האט ער פארעפנטליכט כמעט 80 ספרים, און די דרוק איז געבליבן אקטיוו, אונטער דער נאכפאלגנדער פירערשאפט פון זיינע זין און אייניקלעך, ביז תקכ"ב. דער ערשטער ספר געדרוקט דורך אים איז געווען רבי שמואל בן אורי שרגא'ס פירוש בית שמואל (תמ"ט), אויף שולחן ערוך אבן העזר[11]. ער האט זיך אויך ערפאלגרייך פארנומען מיט בוכ־האנדל.

אין דיהרנפורט תנ"ב איז דורך אים צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן דעם מגיני ארץ, דאס איז דער שולחן ערוך מיט די צוויי "מגינים", מגן אברהם און מגן דוד (טורי זהב), ביי די זייטן[12][13]. דער פארמאט איז געווען גאר ערפאלגרייך, איז איבערגעדרוקט געווארן דורך אים אין תס"ב, און ווערט נאכגעמאכט אין כמעט אלע שולחן ערוך דרוקן ביז היינט.

דאס לעבן אין דיהרנפורט איז אים נישט געווען לייכט. ער האט געדארפט האנדלען מיט די פיינטשאפט פון זיינע גוי'אישע שכנים, די טיילווייזע צעשטערונג פונעם דרוק־פּרעסע דורך א פייער אין תס"ח, און באשולדיגונגען קעגן אים דורך קאטויליקן אין פארשפרייטן האס קעגן די קריסטן און דער רעגירונג. צוערשט איז אים געלונגען זיך אפצושאקלען פון די באשולדיגונגען; אבער אין תע"ב האבן די קאטויליקן איבערגע'חזר'ט די באשולדיגונגען און ער איז ארעסטירט געווארן און זיינע ספרים זענען קאנפיסקירט געווארן. נאכ'ן זיין ארעסטירט פאר 10 וואכן איז אים געלונגען צו אויפווייזן די אומוויסנהייט פון זיינע באשולדיגער און ער איז באפרייט געווארן. ער האט אויך געהאט אויסצושטיין היפּש משפּחה קעגנערשאפט, שטאמענדיג פון זיין הייראטן אלס אַן עלטערער מענטש צו א פיל אינגערע פרוי.

רבי שבתי איז אוועק כ"ב תמוז תע"ח און איז באערדיגט געווארן אין קראטאשין[14].

ווערק

 
שער בלאט פון שפתי חכמים, פראנקפורט תע"ב

שפתי חכמים

פון זיינע וויכטיגסטע דערגרייכונגען, און פאר וועלכע ער איז דער בעסטער געדענקט געווארן, איז זיין פירוש 'שפתי חכמים' אויף רש"י אויף חומש און די חמש מגילות. געדרוקט געווארן ענדע ת"מ אין אמסטערדאם אין א חומש, אין דרוק פון רבי אורי פייוויש הלוי. דער חומש און תרגום איז מוגה געווארן דורך ר' שלמה די אוליוירה, פון די ספרד'ישע רבנים אין אמסטערדאם, א מומחה אין דקדוק. ר' שבתי האט מגיה געווען די רש"י (און די תולדות אהרן, בעל הטורים, און מנין המצוות) און צוגעלייגט מראה מקומות צו פסוקים און מאמרי חז"ל, און בעיקר - צוזאמגעשטעלט דעם פירוש 'שפתי חכמים' אויף רש"י אויף חומש און די חמש מגילות.

רבי שבתי ערקלערט אין זיין הקדמה אז ער האט זיך געוואונדערט פארוואס פון אלע מפרשי רש"י האט מען קיין איינס נישט געדרוקט אויפ'ן עמוד מיט די חומש און רש"י, וואס דאס וואלט פיל פארגרינגערט צו לערנען און פארשטיין רש"י'ס ווערטער. דערפאר האט ער פארפאסט דעם פירוש "שפתי חכמים" וואס איז צוזאמגעשטעלט פון די פארשידענע מפרשים. איר אלגעמיינע שיטה איז צו אידענטיפיצירן די שוועריגקייט וואס האט געמאכט רש"י'ס פירוש נויטיג.

שפתי חכמים איז בעיקר א העתק פון ספר מנחת יהודה פון רבי יהודה לייב איילנבורג אב"ד בריסק. דער מנחת יהודה איז בעיקר געבויט אויפן מזרחי, חוץ געוויסע ציטאטן פון זיין רבי'ן רבי בצלאל, און פונעם מהרש"ל, און נאך. רבי שבתי האט איבערגעשריבן דעם מנחת יהודה, איבערגעארבעט דעם לשון און ארויסגענומען די שקלא וטריא, און צוגעלייגט הסבר, געווענליך אין קלאמערן. ער האט אויך צוגעלייגט אויסצוגן פון קיצור מזרחי (ריווא די טרינטו), וואס איז ווארשיינליך פון רבי יוסף אוטולינגו, און פון מאל צו מאל פון נאך ספרים, דבק טוב, קניזל, וכדומה. א פירוש וועלכע ער ברענגט נישט דערצו קיין מקור איז גענומען פון מנחת יהודה אדער פון קיצור מזרחי. רבי שבת פארזיכערט אין זיין הקדמה אז ער האט נישט צוגעלייגט קיין איין ווארט אייגנס, נאר צומאל איבערגעארבעט און אויסגעקלארט דעם לשון פון די פריערדיגע מפרשים.

אין יאר תנ"ג האט ר' שבתי דאס איבערגעדרוקט אלס אומאפהענגיגער חיבור, אין זיין אייגענעם דרוק אין דיהרנפורט. ער האט צוגעלייגט ציטאטן פון 'דברי דוד' פונעם טורי זהב, וואס איז אינצווישן געדרוקט געווארן אינעם זעלבן דרוק. צום דריטן מאל איז עס געדרוקט געווארן אין פראנקפורט דמיין אין יאר תע"ב, דורך רבי יעקב בריסק, וועלכער האט צוגעלייגט געוויסע הוספות צושרייבנדיג "נלי"ט" - נראה לי יעקב טריוויש[15].

אין יאר תרל"ה איז אין ווילנא געדרוקט געווארן א חומש מיט "עיקר שפתי חכמים", אנגעבליך א קיצור פון שפתי חכמים, ווארשיינליך פארפאסט געווארן דורך די מגיהים אין ווילנער דרוק. עס איז געווארן זייער פאפולער ביז'ן היינטיגן טאג. עס זענען דא שטארקע קריטיק אויף דעם קיצור, בעיקר אויף דעם וואס צומאל לייגט ער צו וואס עס שטייט נישט אין שפתי חכמים, אדער גאר שרייבט פארקערט פון וואס דער שפתי חכמים זאגט[16].

פאפולעריטעט

דער שפתי חכמים איז שנעל געווארן פאפולער, און צוביסלעך זיך איינגעגעבן אין רוב חומשים. ער ווערט אויך געברענגט אין מערערע ספרים ווי באר מים חיים[17].

געוויסע האבן אנגעוויזן אז ר' שבתי האט געהאט א זכי' אז זיין חיבור זאל אזוי פארשפרייט ווערן ביי כלל ישראל[18]. אזוי ווערט אויך איבערגעגעבן בשם דער עטרת צבי[19].

קריטיק

עס זענען געווען אסאך קריטיקירער אויפ'ן שפתי חכמים, לגבי געוויסע פשטים וואס זענען נישט ריכטיג אדער קעגן הלכה, און בעיקר אז ער ברענגט נישט ריכטיג די ווערטער פונעם מזרחי און אנדערע מפרשים. אבער רוב פון די טענות וואלטן געדארפט זיין קעגן דעם מנחת יהודה, פון וועם רוב פונעם ספר קומט.

דער מישקאלצער רב שרייבט שארף קעגן געוויסע פשטים אין שפתי חכמים וואס שטימען נישט מיט הלכה, און ענדיגט צו "מצוה לפרסם בשער בת רבים אשר בשפתי חכמים מצויים דברים בדוים כאלה הרבה... וכן שמעתי עוד בילדותי שנמצאים בדבריו טעותים לרוב"[20]. סאטמאר רב דרוקט זיך אויס אין א פלאץ "והשפתי חכמים כתב בזה דברים שאסור לשומען"[21].

די מערסטע קריטיק איז דער שפתי חכמים אויסגעשטאנען פונעם פירוש לקט בהיר אויף רש"י, פון ר' ישעיה ווייס. ער האט זיך געשטעלט פאר א ציל צו ערקלערן רש"י'ס ווערטער קלאר און גרינטליך לוט די מקורות און לויט די מפרשים, און געהאלטן אז דער שפתי חכמים קומט דאס נישט נאך. אין לקט בהיר פון ערשטן אויפלאגע תש"מ, איז פארהאן אסאך שארפע קריטיק אויפ'ן שפתי חכמים. נאך א צרה וואס האט אים באטראפן, האט ר' ישעיה דאס אנגענומען אלס סימן אז ער האט נישט געדארפט אזוי אראפרייסן דעם שפתי חכמים[22], און ער האט געלאזט צוואה צו צענזורירן די ווערטער פון זיין ספר און ווייכער מאכן די שארפע ווערטער. רבי געציל בערקאוויטש איז איבערגעגאנגען און צענזורירט דעם ספר, און אזוי זענען די היינטיגע פארשפרייטע אויפלאגעס.

שפתי ישנים

רבי שבתי'ס 'שפתי ישנים' איז א ביבליאגראפישער האנטבוך, דער ערשטער אין לשון־קודש, און דער ערשטער דורך א איד. אין זיין הקדמה ברענגט ער די ווערטער פונעם של"ה, אז ס'איז מסוגל צו דערמאנען די נעמען פון ספרים אפילו פאר אן עם הארץ, פאר וועלכע שפתי ישנים איז א נוצבארע געצייג, און דעריבער האט ער עס געדרוקט אין אותיות מרובעות[23][24]. די חיבור אנטהאלט א ליסטע פון מער ווי 2,200 לשון-קודש'דיגע ספרים, אין אלף-בית'ישן סדר פון די טיטלען, אנגעבנדיג דעם נאמען פון מחבר, יאר און אָרט פון דרוק, און גרויסקייט און פארמאט פון יעדן ספר, ווי אויך א קורצן סיכום פון זיין אינהאלט. ער האט אויך אויסגערעכנט מאנוסקריפטן און וואו זיי זענען צום געפינען. אין געוויסע עקזעמפלארן פון שפתי ישנים איז מיטגעדרוקט א סידור, וואס רבי שבתי האט שוין געלאזט דרוקן אין תל"ח[25].

דער חיד"א, ביי זיין פארפאסן זיין שם הגדולים, האט זיך באניצט מיטן שפתי ישנים, אבער האט זיך נישט פארלאזט אויף דעם צוליב וואס ס'איז פיל מיט גרייזן[26]

אנדערע ווערק

מסכת דרך ארץ איז א וועגווייזער בוך אין וועלכע ער האט פאשריבן זיינע איבערלעבענישן בשעת'ן וואנדערן איבער אייראפע. עס איז איינגעטיילט אין דריי חלקים: דרך צדיקים - תפילות און סגולות פאר די וועגן גייער; דרך התגרים - די ווערד פון די פארשידענע וואלוטעס, און מאָסן און וואג, פון פילע אייראפעאישע לענדער; און דרך המלך - א וועג-ווייזער וואס צייגט די ווייטקייט צווישן די שטעט און לענדער איבער אייראפע, און צייכנט אן וועלכע שטעט און דערפער מען גייט פארביי און וועלכע עס פארמאגט א אידישע קהילה. צו לעצט שטעלט ער א לוח פאר זעכציג יאר[27].

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. די רבנים המסכימים אויף זיינע ספרים האלטן זיך צוריק פון אים באטיטלען מיט "מורנו", אנדערש ווי זיין ברודער. זעט הסכמות צו זיין שפתי ישנים ת"מ.
  2. זיין פאמיליע נאמען איז געווען שטראם (רעבעצין בלומא טייטלבוים, Forever in Faith, ביתר עילית: תפוצה, 2015, עמ' 15, ISBN 978-1-60091-383-9. (ענגליש)).
  3. רפאל זייט 175
  4. רפאל זייט 176
  5. האבערמאן: הערה 8
  6. ספר באר משה, פראג 1669
  7. רפאל זייט 177, לויט ש' אסף, מקורות לתולדות החינוך בישראל.
  8. רפאל זייט 179; האבערמאן זייט 4
  9. התנצלות האלוף המרומם המדפיס, סוף פון ספר בית שמואל דיהרנפורט תמ"ט, אין היברובוקס
  10. אוראס, ברעסלאו/אוראס מעמארבוך
  11. בית שמואל, דירנפורט, תמ"ט
  12. מגיני ארץ, דיהרן פארט, תנ"ב
  13. רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת ספרים אות ט', סעיף טז
  14. האבערמאן: זייט 8
  15. שפתי חכמים, אין היברובוקס
  16. זעט למשל רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, תורת מנחם התוועדויות תשמ"ח ד, עמ' 213, הערה 13
  17. באר מים חיים, פ' קדושים
  18. רבי מנחם מענדיל קראנגיל, פליטת ספרים אויף שם הגדולים, אות ש' ערך שפתי חכמים.
  19. רבי יצחק אייזיק אייכענשטיין אב"ד קיוויאשד, עטרת יצחק, מאנסי תשפ"ג[אויסקלארונג פארלאנגט]: "רבינו בעל עט"צ אמר שהשפתי חכמים זכה להיות נדפס כמעט בכל החומשים אצל פירוש רש"י והוא מפני שבמקום א' כתב דבר שכוון בזה לכוונת רש"י הקדוש" עיי"ש.
  20. יגל יעקב א, סימן מ"ה אות ד
  21. דברי יואל ד, עמ' רצ, כי תשא
  22. זע אין אייוועלט דא און דא
  23. שפתי ישינים, אמשטרדאם, ת"מאין הקדמה
  24. ב. חמד, "ואלה שמות ספרי בני ישראל", מוסף שבת קודש 15, יתד נאמן, שמות תשפ"ב
  25. חיים ליבערמאן, "סידור התפלה המצורף לס' שפתי ישנים", אהל רח"ל א, עמ' 370
  26. רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת ספרים אות ט', סעיף יב: "ואין להשגיח בשפתי ישנים כי כמה פעמים ראיתי דאפילו במנין השנים לא דק."
  27. מסכת דרך ארץ, אויף אוצר החכמה