המכלול:בעטן ארטיקלען/אריינפיר

צושטעלן טעמע
נעמט אין אכט
  • דער בלאט איז געאייגנט פאר בעטן ארטיקלען אין וועלכע דער אנפרעגער האט אן אינטערעסע.
  • צו קענען בעטן אן ארטיקל דארף מען זיך איינשרייבן צום זייטל. איינשרייבן נעמט בלויז עטליכע סעקונדעס און קאסט נישט קיין געלט.
  • פרובירן שרייבן פרישע ארטיקלען דארף געטון ווערן אין א פריוואטע דרעפט, פאר אנדערע אנפראגעס דארף מען זיך ווענדן צום פאסיגן בלאט אין הילף טישל.
  • קלארשטעלונג: די שרייבער אויף המכלול ארבעטן גענצליך וואלונטעריש, און פארצייכענען דא א בקשה טייטש נישט אז המכלול אדער אירע רעדאגירער האבן א התחייבות דאס צו אויספירן ביז א געוויסע צייט אדער בכלל.
  • דער בלאט ווערט נישט ארכיווירט און עלטערע תגובות ווערן פארמעקט. דעריבער איז דא נישט דאס פלאץ פאר דיסקוסיעס.
פאר וועם איז דער בלאט געאייגנט?
  • פאר סיי וועלכע ליינער אדער שרייבער וואס שטויסט זיך אן אין א קאנצעפט, ווארט, טערמין, פערזענליכקייט, געשעעניש, טעאריע א.ד.ג. - וואס ווי עס קוקט אים אויס איז ווערד אן ארטיקל אין מכלול, אבער האט נישט די מעגליכקייט אליינס צו שרייבן.
  • פאר מכלולאים און ליינער וואס זענען פאראינטערעסירט צו שרייבן אן ארטיקל אין המכלול, און זוכן פארשלאגן פון ארטיקלען וואס איז ווערד צו אפשרייבן.
וויאזוי צו בעטן פאר אן ארטיקל:
  • פארמיידט דאפלונגען - מען דארף איבערקוקן ערשט אויב דער געבעטענע ארטיקל איז נאכנישט געבעטן געווארן אדער עס איז שוין פארהאן אן ארטיקל דערויף מיט אן אנדערע נאמען.
  • ענציקלאפעדישע ווערד - מען זאל פארשלאגן נאר אזעלכע בלעטער וואס פאסן אין אן ענציקלאפעדיע, זעט מער אין המכלול:פּרינציפּן און ריכטליניעס. ביישפילן פון בלעטער וואס קומען נישט נאך די קריטעריע זעט אין המכלול:ערכים לא קיימים#הצעות שליליות.
  • מקורות - ביטע צייכנט צו עפעס אן עלעקטראנישער קוואל (א לינק צו מכלול העברי, וויקיפעדיע אדער דרויסנדיגע וועבזייטל) צו פארגרינגערן אויף פאטענציאלע שרייבער צו פארשטיין פון וואס די ארטיקל זאל זיך רעדן. אויב טרעפט איר נישט אן עלעקטראנישע מקור, קען מען שרייבן א קורצע פאראגראף וואס זאל ערקלערן די מהות פונעם ארטיקל. צום ביישפיל, דער קעפל "לורד קשקבל" איז נישט פארשטענדליך פאר דער וואס זעט עס צום ערטשן מאל, דערפאר קען א אן ערקלערונג וואס לייגט אראפ די וויכטיגקייט פונעם ארטיקל ווי "שליט מדינת גורגונזולה במאה ה-9" העלפן ליינער און שרייבער צו וויסן פון וואס די רעדע איז.

אראפ צום אונטן פון בלאט אראפ צום אונטן פון בלאט