המכלול:אריבערפירן דרעפטס/טשעקליסט

די פאלגנדע אקציעס דארפן ווערן אויסגעפירט ווען אימער א דרעפט ווערט געגרייט און אריבערגעפירט צום הויפט געביט.

ביים גרייטן

דאס זענען זאכן וואס יעדער קען טון, אנגעהויבן טאקע בעיקר מיטן דרעפט שרייבער זעלבסט. וואס בעסער דאס ווערט ערפילט איידער די בקשה אריבערצופירן דעם דרעפט, אלץ שנעלער וועט די בקשה קענען ווערן אויסגעפירט.

אויב איר קענט זיך נישט אויס אין יעדע פון די ענינים, טוט וואס איר קענט און פרובירט זיך צו לערנען פון די טוישונגען און פארבעסערונגען נאך אייך. אויב איר ווייסט אז דער דרעפט איז נאכנישט פארטיג אין איינע פון די הינזיכטן, פרובירט ערשט צו בעטן פון די {{אקטיווע מכלולאים}} אין שמועס בלאט פונעם דרעפט אז זיי זאלן צוהעלפן (אדער באזונדער פון א געוויסן ביישטייערער וואס איר ווייסט אז ער טויגט דערצו).

בעטן אריבערצופירן א דרעפט וואס איז נאכנישט פארטיג וועט עס נישט מאכן שנעלער גרייט; עס קען אבער יא פארשטאטערן דעם פראצעדור פון אנקומען צו אנדערע, גרייטע, דרעפטס.

שפראך

  • פשוט'ע הגהה. קוקט איבער צי אלע ווערטער זענען ריכטיג אויסגעלייגט אין היימיש אידיש.
  • פונקטואציע (פיסוק). דאס איז באזונדער וויכטיג, ווייל ווען עס איז אומריכטיג שטארט עס ארויס און צעמישט די כוונה.
  • פליסיגקייט. מאכט זיכער אז די זאצן ליינען זיך נאטורליך און געשמאק.

אינהאלט

  • ענציקלאפעדישע אויסדרוק. נייטראל און אביעקטיוו, און לויט ווי עס איז איינגעפירט אויף המכלול.
  • עפענונג. באזונדער זיכער מאכן אז עס איז גוט און פראפעסיאנאל אפגעשריבן, און דינט ריכטיג זיין צוועק.
  • מקורות. זען אז יעדע (מערקווירדיגע) טענה איז געדעקט מיט א מקור (קען אויך זיין אין "צו ליינען מער"). ווען נישט, קען צומאל זיין גענוג צו שטעלן {{מקור}} אויף צו אריבערפירן, ווען די טענה איז נישט צו אויסטערליש.
ווען עפעס שטימט נישט אדער לייגט זיך נישט אויפן שכל, איז כדאי נאכצוקוקן די מקורות פון אינעווייניג; אבער אין אלגעמיין קען מען זיך פארלאזן אויפן שרייבער.
  • תוכן. זען אז די נושא איז גאנץ געהעריג געדעקט. (ווען מען טרעפט א "לאך", פון עפעס וואס ווערט נישט בארירט, אדער באקומט נישט גענוג דעקונג פראפארציאנאל צום נושא, קען צומאל זיין גענוג צו שטעלן {{להשלים}} אויף אריבערצופירן. בעסער איז אויב קען מען בעטן דעם שרייבער עס שוין אריינצופילן).
    • בפרט, דארף דער ארטיקל אנטהאלטן אלע נוצבארע אינפארמאציע פונעם רעלעוואנטן ערך אויף המכלול העברי (ואין צריך לומר פונעם רוי ארטיקל וואס עס קומט ערזעצן, אויב פארהאן), און בכלל זיין לפחות אויפן זעלבן ענציקלאפעדישן שטאפל.
א יוצא מן הכלל קען מען מאכן ביי אקטיווע טעמעס בשייכות צו מדינת ישראל - ביי זיי דארף נישט אונזער ארטיקל פארמאגן אזויפיל ווי המכלול העברי, הגם ס'דארף ווייטער זיין ענציקלאפעדיש געבויט און דערמאנען די וויכטיגסטע פרטים.
  • אויסשטעל. איבערבליקן צי די קאפיטלען זענען אויף א לאגישן סדר, אינפארמאציע איז נישט איבריג איבערגע'חזר'ט, אד"ג.

טעכניש און מכלוליזאציע

  • דעסקריפציע. צולייגן א קורצע שילדערונג וואס ברענגט ארויס אין געציילטע ווערטער די טעמע פון דעם בלאט און וואס טוט עס פונאנדערשיידן פון אנדערע בלעטער.
דאס טוט מען דורך שטעלן, אינגאנצן אויבן פון בלאט, דעם {{דעסקריפציע}} מוסטער מיט אייערע ווערטער אלס פאראמעטער. צום ביישפיל, {{דעסקריפציע|תנא פון צווייטן דור אין ארץ ישראל}}. איר קענט זיך אויך ארויסהעלפן מיט דעם דעזיגנירטן טשאטשקע, וואס מאכט די ארבעט פיל גרינגער און געשמאקער.
  • אינערליכע פארבינדונגען. צולייגן ווען עס לייגט צו, (און אראפנעמען ווען עס איז להדיא איבריג).
צו ארטיקלען אין רוי געביט, למשל רוי:סאוויעטן פארבאנד, לינקט מען כאילו עס וואלט געווען אין הויפט געביט, ארויסלאזנדיג דעם "רוי:" פרעפיקס. עס וועט אליין ווערן פארבינדן דורכן סיסטעם אלס סאוויעטן פארבאנד. מאכט זיכער אז אייער דרעפט לינקט נישט דירעקט צום רוי געביט.
ווען אן ארטיקל געפינט שוין איבער די טעמע נאר עס הייסט אביסל אנדערש ווי איר וואלט עס געוואלט רופן, קענט איר שאפן א ווייטערפיר (און פארבינדן צום ווייטערפיר), אדער בעטן אריבערצופירן יענעם ארטיקל צום נאמען וואס איר האלט פאר ריכטיג. א ווייטערפיר צו א בלאט אין רוי געביט דארף זעלבסט געשאפן ווערן אין רוי געביט, און דארט דארף יא ארויסגעשריבן ווערן דער גאנצער נאמען פונעם ציל-בלאט, מיטן "רוי:" פרעפיקס (זעט, צום ביישפיל, דעם סאוועטן פארבאנד ווייטערפיר).
  • מקורות. זיי זאלן זיין געשריבן איינהייטליך און קלאר, לויט די אנווייזונגען אין המכלול:ביבליאגראפיע, נוצנדיג די פאסיגע מוסטערן (ווי {{היברובוקס}}) אויף וויפיל מעגליך.
  • מוסטערן. צולייגן צום ארטיקל די פאסיגע נאוויגאציע מוסטערן, אינפאקעסטלעך, וכדומה, ווען שייך. געווענליך קען מען אימפארטירן/נאכמאכן דעם רעלעוואנטן ארטיקל אויף המכלול העברי און/אדער רוי.
ווען איר ווילט נוצן א מוסטער פון המכלול העברי וואס איז נאכנישט אימפארטירט, שרייבט עס פשוט ארויס ווי א געווענליכע מוסטער, צום ביישפיל {{כשרות}}, און די מיט די נויטיגע רעכטן וועלן עס אימפארטירן.
  • בילדער. צולייגן צום ארטיקל די פאסיגע בילדער מיט זייערע קעפלעך, ווען שייך. געווענליך קען מען נאכמאכן דעם רעלעוואנטן ארטיקל אויף המכלול העברי און/אדער רוי.
  • אויספיר-אפטיילונגען. פרובירן אויב מעגליך אז "צו ליינען מער" און "דרויסנדיגע לינקס" זאלן זיין גענוג רייך.
  • קאטעגאריעס. צולייגן פאסיגע קאטעגאריזאציע צום בלאט. געווענליך קען מען נאכמאכן דעם רעלעוואנטן ארטיקל אויף המכלול העברי און/אדער רוי.
ביי דעם שטאפל שטעלט מען נאכנישט אריין דעם בלאט (וואס איז נאך א דרעפט) אין די קאטעגאריע, נאר מען לייגט א לינק צו די קאטעגאריע אינעם דרעפט. דאס טוט מען דורך שרייבן א "סוף פסוק" בעפאר "קאטעגאריע". צום ביישפיל [[:קאַטעגאָריע:בערג]], וואס ווערט קאַטעגאָריע:בערג. דאס וועט געטוישט ווערן ביים אריבערפירן.
  • אינטערשפראך לינק. לייגט א פארבינדונג צום רעלעוואנטן ערך אויף המכלול העברי.
דאס טוט מען דורך שרייבן, אינגאנצן אונטן פון בלאט, [[he:שם הערך]] (ווען "שם הערך" איז דער נאמען פונעם בלאט אויף המכלול העברי).

ביים אריבערפירן

דאס זענען די אויפגאבעס פון די מנטרים, הגם טייל פון די זאכן קענען אויך געטון ווערן דורך דער שרייבער פון ארטיקל אדער אנדערע, נאך וואס דער בלאט איז אריבערגעפירט געווארן.

  • קאנטראלירן אז אלעס ביז אהער איז אויסגעפירט געווארן, און באצייכענען אלע רעוויזיעס פון דרעפט פאטראלירט.
איר קענט זיך ארויסהעלפן מיט סקריפט 61. לייגט צו importUserScript(61); צו אייער סקריפט בלאט, און דערנאך גייט צום היסטאריע פון דרעפט.
  • אריבערפירן דעם בלאט.
  • אריינשטעלן דעם בלאט אין קאטעגאריעס, דורך טוישן די אויבנדערמאנטע קאטעגאריע לינקס.
ווען די קאטעגאריע בלאט עקזיסטירט נאכנישט דארף מען עס שאפן, און פרובירן אריינצושטעלן דעם קאטעגאריע בלאט זעלבסט אין פאסיגע קאטעגאריעס, ווי אויך פארבינדן צום רעלעוואנטן קאטעגאריע בלאט אויף המכלול העברי.
[[YI:נאמען פון בלאט]]