דרעפט:רבי שמריהו גוראריה

הרב שמריהו גוראריה (גערופן אין חב"ד: רש"ג) איז געווען דער איידעם פון זעקסטער ליובאוויטשער רבי'ן רבי יוסף יצחק שניאורסאהן. ער האט געפירט די נעץ פון ליובאוויטשע תומכי תמימים ישיבות.


יוגנט

הרב שמריהו גורארי' איז געבוירן געווארן צו הרב מנחם מענדל גורארי' און שיינדל מושקא (קושאנסקי), א' כסלו תרנ"ח אין שטאט קרעמעטשוג, רוסלאנד.

משפחת גורארי' איז באקאנט אלס גאר מיוחס'דיגע משפחה, צווישן איר ציילן זיך גדולי עולם וועלכע האבן משמש געווען ברבנות אין פארשידענע שטעט און שטעטלעך. דער אבי המשפחה איז געווען ר' אריה גורארי', וואס איז אריבערגעקומען וואוינען קיין מוהאליב, מיטברענגענדיג א כתב יוחסין ביזן מהר"ל מפראג. דערפאר הייסט די משפחה גורארי', נאכן מהר"ל מפראג – בעל מחבר ספר גור-אריה. ר' אריה'ס זוהן איז געווען רבי נתן – דער רב פון שטעטל "וויטקא" און פון די גרויסע תלמידים פונעם בעל התניא און פון זיינע נענטסטע מענטשן. דער בעל התניא פלעגט פיל פארברענגען מיט ר' נתן און אים געהאלטן מער אלס חבר וואו אלס חסיד, דאקעגן ר' נתן האט זיך געשפירט ווי א חסיד נכנע אונטער דעם בעל התניא.

רבי נתן האט איבערגעלאזט צוויי גרויסע קינדער: א. רבי מאיר – אויף וועמען רבי הלל מפאריטש זי"ע האט געזאגט אז ער איז פון זיינע דריי גרויסע ידידים. ב. רבי דוד, וועלכער איז באקאנט געווען אלס אדם גדול און תלמיד-חכם מופלג. רבי דוד האט געהאט א זוהן, ר' שניאור זלמן, וועלכער איז געווען א גרויסער עושר און מקורב ביי די אדמורי חב"ד. זיין זוהן איז געווען רבי מנחם מענדל גורארי', וועלכער האט גע'ירש'נט זיין עשירות. רבי מנחם מענדל איז געווען פון די גרויסע חסידים ביים מהר"ש און שפעטער ביים רש"ב. ער איז געווען דער פאטער פון רבי שמריהו.

ר' שמריה איז ערצויגן געווארן אין ישיבת תומכי תמימים אין ליובאוויטש, וואו ער האט באקומען א חסידי'שן חינוך אויפן שטייגער פון חב"ד. אין ישיבה איז ער געווען פון די אויסגערופענע תלמידים און געשטיגן במעלות רמות בנגלה און בנסתר. זייענדיג פון א רייכע שטוב האט ער אויך באקומען פריוואטע ערציאונג און מוזיק לעקציעס. ער איז געווען א שטארקער חסיד פונעם רש"ב, כסדר גע'חזר'ט זיינע מאמרים, נאכגעגאנגען זיינע הנהגות און כל ימיו זיך געהאלטן אלס חסיד פון רש"ב און זיינע ווערטער זענען כסדר געווען נר לרגליו.

הייראט

אום ב' ניסן תר"פ איז דער רש"ב נסתלק געווארן און זיין זון דער ריי"ץ האט דאן איבערגענומען די הנהגה. ער האט דאן אריבערגעפירט די גרויסע תומכי תמימים ישיבה צו זיין וואוינשטאט ראסטאוו און געשטעלט דעם בחור שמריה אלס איר "מנהל פועל" און פארזיצער. י"ב תמוז יענעם יאר איז רבי שמריהו א חתן געווארן מיט'ן ריי"צ'נס טאכטער חנה. אדר א' תרפ"א איז ער ארעסטירט געווארן פאר פינף טעג צוליב א מסירה פון אידישע קאמוניסטן קעגן דער ישיבהשלום דובער לוין, "פרק ס – הישיבה ברוסטוב (תרפ"א)", תולדות חב"ד ברוסיא הסובייטית 3, ברוקלין, תשמ"ט. אין י"א סיון תרפ"א האבן זיי געהייראט אין ראסטאוו, און צוליב די אנגעזעצטע לאגע איז נישט פארגעקומען קיין טענץרפאל נחמן הכהן, שמועות וסיפורים, עמ' 199–201, א (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).

חנה איז געווען באקאנט מיט אירע צדקות און ערליכקייט, און איר גרויסער זיידע, דער רש"ב, פלעגט איר זייער גלייכן און זיך משתשעשע געווען מיט איר צוליב דעם וואס זי איז געווען א קלוגע און געלערנטע און איז געווען בקי בספרות חב"ד. אויך איז זי געווען פארמישט אין פיל פעולות לטובת חב"ד. מען זאגט אז מען האט איר גערעדט פאר א שידוך פאר דער בויאנער רבי'ן.

טעטיגקייט

אויסער דאס זיין געשטעלט אויף די נעץ פון ישיבות איז ער אויך געשיקט געווארן אויף פארשידענע פעולות ארום די וועלט לטובת חב"ד און לטובת כלל ישראל. זינט דאן איז דער רש"ג פארמישט געווארן אין פארשידענע שליחיות מטעם זיין שווער און חב"ד. דער רש"ג איז נאך געווען א יונגער יונגערמאן, אבער איז שוין געווען אריינגעטאן אין פילע עסקנות לטובת כלל ישראל. זיין נאמען האט גע'שמ'ט אין גאנץ פוילן און רוסלאנד מיט זיינע ברייטפארצווייגטע פעולות. ער האט זיך געשריבן בריוו מיט פיל אדמורים ורבנים און דער ריי"ץ האט אים אנפארטרויעט מיט האקעלע ענינים און וויכטיגע שליחות'ן. אין זיין יונגן עלטער איז ער געווען לפני שרים יתיצב, אראפגעפארן צו סענאטארן אין גאנץ פוילן און אויפגעטאן פיל פאר אחינו בני ישראל אין רוסלאנד. צווישן אנדערע האט ער געהאט א יד אין ארויפברענגען די גור'ע קינדער קיין ארץ-ישראל, צוזאמען מיט פיל אנדערע פליטי פוילן.

ווען עס איז פארגעקומען דער ארעסט אויף מרן הריי"ץ דורך די קאמוניסטן אין רוסלאנד, האט הרבנית חנה ארויסגעוויזן בראווקייט און געפאדערט פון די זעלנער מיט א שטארקייט אז מען זאל איר נעמען אין ארעסט אנשטאט זייער פאטער, צוליב דעם וואס ער איז קראנק און פיל מענטשן דארפן צוקומען צו אים. במשך די תקופה איז דער רש"ג געווען שטארק טעטיג אין די פעולות צו באפרייען זיין גרויסן שווער. ער האט אנגעפירט אלע פעולות ביז ער האט געזען זיין שווער אינדרויסן פון ארעסט, טראצדעם וואס דאס איז געווען פארבינדן מיט סכנות נפשות און לעגאלע פראבלעמען.

אויך שפעטער האט דער רש"ג פארארבעט מעשים ארויסצונעמען זיין שווער פון רוסלאנד און אים ברענגען קיין אמעריקע. ער איז געווען דער יד ימינו פון זיין שווער, באגלייטנדיג אים קיין אמעריקע ביי ביידע באזוכן, אויך איז ער געווען דער מח פון די באקאנטע נסיעה קיין ארץ-ישראל, וואו ער איז געשטאנען לימין חותנו און אלע פעולות זענען דורכגעגאנגען זיין האנט, אריינגערעכנט דאס מיסד זיין כפר חב"ד.

אין אמעריקע

אנקומענדיג קיין אמעריקע, האט זיך דער ריי"ץ באזעצט אין 770 איסטערן פארקוועי אין קראון-הייטס. זיין איידעם דער רש"ג האט באקומען א דירה אין דעם בנין, אזוי אז זיי זענען שטענדיג געווען נאנט איינער צום אנדערן. הרבנית חנה גורארי' איז געשטאנען אין שטוב און געווען דער עיקר כח אין שטוב פון ריי"ץ בשעת זיין איידעם דער רש"ג האט אנגעפירט מיט די רוחניות'דיגע פעולות פאר חב"ד.

אין קראון-הייטס האט דער ריי"ץ פריש געעפנט דער ישיבת תומכי תמימים און געשטעלט זיין איידעם דער רש"ג זאל שטיין בראש פון די ישיבה. אין אמעריקע האט דער רש"ג ווייטער ממשיך געווען מיט די פעולות און פיל געטאן לטובת חב"ד און בפרט פאר די אידן וועלכע זענען נאך איבערגעבליבן אין רוסלאנד.

דרויסנדיגע לינקס