דרעפט:יהודה דוד אייזנשטיין

יהודה דוד אייזענשטיין (י"א חשוון תרט"ו, 12טן נאוועמבער 1854 – ז' סיון תשט"ז, 17טן מאי 1956), איז געווען א פּויליש-אידיש-אמעריקאנער אנטאלאגיסט, טאגבוך שרייבער, ענציקלאפּעדיסט, העברעאיסט, היסטאריקער, פילאנטראפּ, און ארטאדאקסישער פּאלעמיקער. ער איז מערסטנס באקאנט אלס דער הויפט רעדאקטאר און ארויסגעבער פון "אוצר ישראל", די ערשטע מאדערנע העברעאישע ענציקלאפעדיע. צוליב זיינע פילע זאמלונגען און אנטאלאגיעס וואס הייבן זיך אן מיט'ן נאמען "אוצר", איז ער באקאנט געווארן ביי זיינע קאלעגן אלס דער "בעל האוצרות".

לעבן און יוגנט

יהודה דוד אייזענשטיין איז געווען דער צווייטער פון צוויי קינדער געבוירן צו ר' זאב וואלף און טובה בלומא (געבוירן בארג) אייזענשטיין אין מעזריטש, קאנגרעס פוילן. ווען ער איז געווען צען יאר אלט, איז זיין פאטער געווען דער ערשטער איד פון מעזריטש וואס האט עמיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן. זיין ערציאונג אין תלמוד איז איבערגעלאזט געווארן צו זיין טאטנ'ס טאטן, עזריאל זעליג.

אין 1872, האט טובה בלומא עמיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן מיט איר זון און טאכטער און זיך אנגעשלאסן מיט זאב וואלף אין ניו יארק. דארט האט יהודה דוד פארענגלישט זיין ערשטן נאמען צו Julius (יוליוס) און אנגענומען די אמעריקאנער אויסלייג פון זיין פאמיליע נאמען, Eisenstein. ער האט חתונה געהאט מיט רבקה כהן אין 1874. אייזענשטיין'ס עלטערן האבן זיך עווענטועל גע'גט, און זיין פאטער האט געמאכט עליה קיין ירושלים. ביידע זיינע עלטערן זענען געווען פּראטא-ציוניסטן. זיין מוטער'ס זיידן, רבי צבי זאב (הירש וואלף) פישביין, איז שוין אריבער קיין ירושלים אין 1863 און האט פינאנצירט די אויפבוי פון דער ערשטער עץ חיים ישיבה אין דער אלטשטאט.

העברעאיסט און היסטאריקער

אייזענשטיין האט ליב געהאט די העברעאישע שפראך און האט געגרינדעט די ערשטע געזעלשאפט פאר דער העברעאישער שפראך אין אמעריקע, שוחרי שפת עבר (1880). ער איז אויך געווען דער ערשטער וואס האט איבערגעזעצט די קאנסטיטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן אין העברעאיש און אידיש (ניו יארק, 1891). אנדערע פריע שריפטן זיינע זענען "מאמרי בקורת" (1897), א קריטיק אויף ראדקינסאן'ס איבערזעצונג פון תלמוד, און "The Classified Psalter" (פסוקי דזמרה), א העברעאישער טעקסט מיט א נייער איבערזעצונג (1899). ער האט אויך פרובירט איבערצוזעצן און ערקלערן א פארענדערטע ווערסיע פון שולחן ערוך.

אין "המודיע לחדשים" (ניו יארק) פאר 1901, האט ער פארעפנטליכט אונטערן טיטל "לקורות גולי רוסיא באמריקה" א סקיצע פון דער געשיכטע פון רוסיש-אידישער עמיגראציע קיין אמעריקע. זיין "History of the First Russo-American Jewish Congregation" איז ערשינען אין נומער 9 פון די "Publications of the American Jewish Historical Society" אין 1901. ער האט אויך געשריבן "Development of the Jewish Casuistic Literature in America" (1904).

פענאמענאלע ווערק: אוצר ישראל

צווישן די יארן 1907 און 1913 האט אייזנשטיין פראדוצירט די צען בענדער פון אוצר ישראל. דאס ווערק איז געווען א טראדיציאנעלע רעאקציע צו די "אוצר היהדות", א העברעאישע ענציקלאפעדיע פראיעקט וואס איז אנגעפירט געווארן דורך אחד העם'ס קרייזן פון קולטור-נאציאנאליסטן. אייזנשטיין האט געוואלט אהערשטעלן א ווערק וואס זאל אויסזען וויסנשאפטליך אבער האלטן א שטרענגע רעדאקציאנעלע קאנטראל לויט א טראדיציאנעלן גייסט.

די ענציקלאפעדיע האט געהאט 3,675 ערכים און איז געשריבן געווארן דורך אן אינטערנאציאנאלער גרופע פון הונדערטער שרייבער, רבנים און געלערנטע, כאטש אייזנשטיין אליין האט געשריבן בערך א דריטל פון די ארטיקלען.

הויפּט ווערק

אייזענשטיין איז געווען א געלערנטער מיט א ברייטן וויסן. ער האט בייגעשטייערט מער ווי 150 ארטיקלען צו דער Jewish Encyclopedia (1901–1906), און ער האט געשריבן טויזנטער ארטיקלען אין צייטונגען, זשורנאלן, ענציקלאפּעדיעס און אנטאלאגיעס. ער איז געווען דער ערשטער איבערצוזעצן די קאנסטיטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן און די דעקלאראציע פון אומאפהענגיקייט אויף העברעאיש און אידיש (1891)[1].

זיינע אנדערע הויפט ווערק, מערסטנס פון זיי קענען ווערן אראפּגעלאדן ביי HebrewBooks.org, זענען די פאלגנדע:

  • אוצר מדרשים (2 בענדער, 1915), א זאמלונג פון 200 קלענערע מדרשים.
  • אוצר דינים ומנהגים (1917), א קיצור פון הלכות און מנהגים.
  • אוצר דרושים נבחרים (1918), א זאמלונג פון מדרש'ישע ליטעראטור.
  • אוצר דרשות (1919), דרשות.
  • אוצר פירושים וציורים להגדה של פסח (1920), אן אילוסטרירטע פסח'דיגע הגדה.
  • אוצר מאמרי חז"ל (1922), א קאנקורדאנץ פון רבנישע ציטאטן, רייד און אויסדרוקן.
  • אוצר מאמרי תנ"ך (1925), א קאנקורדאנץ פון ווערטער, אויסדרוקן און אידיאמען אין תנ"ך.
  • אוצר מסעות (1927), א זאמלונג פון רייזע באשרייבונגען פון אידישע רייזנדע קיין ארץ ישראל, סיריע, עגיפטן און אנדערע לענדער.
  • אוצר ויכוחים (1928), א זאמלונג פון פּאלעמיקן און וויכוחים קעגן קריסטנטום.
  • אוצר מוסר ומידות (1941), וועגן עטיק און מוסר.
  • אוצר ישראל (הויפט רעדאקטאר, 1906–1913, 10 בענדער), וואס האט די אויסצייכענונג צו זיין די ערשטע אומפארטייאישע (נישט בלויז וועגן אידישע טעמעס) ענציקלאפּעדיע אין דער העברעאישער שפראך. אייזענשטיין האט אונטערגענומען די דאזיגע ארבעט אלס א רעאקציע אויף די באגרעניצונגען פון דער ענגליש-שפראכיגער Jewish Encyclopedia.

ער האט אויך געשריבן זיין אויטאביאגראפיע און זכרונות אונטער'ן נאמען "אוצר זכרונותי" (1929).

צוליב זיינע פילע אנטאלאגיעס, איז ער געווען באקאנט ביי פילע קאלעגן אלס דער "בעל האוצרות". זיינע ווערק בלייבן ביז היינט סטאנדארטע רעפערענץ ביכער אין ישיבות, בתי מדרשים, שולן און אידישע ביבליאטעקן.

פילאנטראפּ און פאלעמיקער

אייזענשטיין האט ערשט באזוכט ארץ ישראל אין 1899 דורך עגיפטן. אין אמעריקע האט אייזענשטיין גענומען א באטייליגונג אין דער קאנטראווערסיע וועגן כולל אמריקה, א געזעלשאפט פאר איינזאמלונג פון געלט פאר די ארעמע אידן פון פאלעסטינע, און איז געווען איינער פון די פירער אין דער באוועגונג צו ערלעדיגן אז די געלטער וואס ווערן געגעבן אין די פאראייניגטע שטאטן זאלן גיין בעיקר צו געוועזענע איינוואוינער פון אמעריקע. זיינע פאליטישע מיינונגען זענען געווען געצייכנט מיט פיינדשאפט צו רעפארם און קאנסערוואטיווע אידישקייט.

אייזענשטיין איז געווען ווייט פארשפרייט אלס שרייבער, אבער איז געווען ווייניגער ערפאלגרייך אלס ביזנעסמאן און האט פארלוירן א גרויסן טייל פון זיין פארמעגן אין א דורכגעפאלענעם פארזוך צו גרינדן א לאנדווירטשאפטליכע קאלאניע פאר אידישע אימיגראנטן אין ניו דזשערסי.

פאמיליע

אייזענשטיין און זיין ווייב, רבקה (געבוירן כהן), זענען געווען די עלטערן פון ניין קינדער. זיין אייניקל, עירא אייזענשטיין, איז געווען איינער פון די גרינדער פון רעקאנסטרוקציאניסטישער אידישקייט.

קריטיק אויף זיינע ווערק

ספעציעל זיין ענציקלאפּעדיע אוצר ישראל האט געצויגן קריטיק פון חרדישע קרייזן, ווייל טייל פון די שרייבער זענען נישט געווען שומרי מצוות, און עס איז באשולדיגט געווארן אז עס אנטהאלט "דברי אפיקורסות". הרב דוד צבי הילמן האט געשריבן אן ארטיקל וואס ווייזט אז די ענציקלאפּעדיע שטימט נישט מיט דער חרדישער השקפה. ער האט אויך באשולדיגט וועגן טעותים און אומאקוראטקייט אין זיינע ווערק, ספעציעל אין אוצר דינים ומנהגים[2].

אבער טראץ די קריטיק, ווערן זיינע ספרים ווייטער גענוצט און געהאלטן פאר וויכטיגע רעפערענץ ווערק אין פילע חרדי'שע און רבנ'ישע הייזער, און עס ווערט פון צייט צו צייט איבערגעדרוקט[3]. עס איז אפילו פארהאן אן עדות אז דער אדמו"ר מסאטמאר, רבי יואל טייטלבוים, האט געהאלטן די ענציקלאפעדיע אין זיין ביבליאטעק[4].

פון די אנדערע זייט האבן פרייע שרייבער, ווי י. ח. טביוב, געהאלטן אז די ענציקלאפעדיע איז צו "טראדיציאנעל" און "ארטאדאקסיש" און נישט גענוג אויפגעקלערט און גיט צופיל פלאץ פאר הלכה און דברי חז"ל, און דערפאר פילט עס נישט אויס א גענוג ערציערישע ראלע אין פארשפרייטן די ווערטן פון דער השכלה באוועגונג.

סוף ימיו

יהודה דוד אייזענשטיין איז געשטארבן אין ניו יארק סיטי אין עלטער פון 101 יאר דעם 17טן מאי 1956. ער האט איבערגעלאזט א רייכע ירושה פון ליטעראטור וואס בלייבט א וויכטיגע מקור פאר שטודירן אידישקייט.

  1. ספר חוקי ארצות הברית וקריאת דרור, ניו יארק, 1891.
  2. דוד צבי הילמן, 'על "כשרות" האנציקלופדיא אוצר ישראל', ירושתנו ד, מכון מורשת אשכנז, תש"ע, עמ' שכה–שמד.
  3. יעקב שמואל שפיגל, "על היחס לחיבוריו של ר' אהרן וירמש", ירושתנו ג, מכון מורשת אשכנז, תשס"ט, עמ' שד–שט.
  4. יוסף כהן, "הספריות שלי", תגים ג-ד, תשל"ב, עמ' 127; הודפס שנית בתוך מרבה ספרים מרבה חכמה, תל אביב, תשנ"ז, עמ' קיח.