43
רעדאגירונגען
גרשון (שמועס | ביישטייערונגען) (א שלימות'דיגע איבערזעצונג פונעם גאנצן בריוו און דעם חלום) |
גרשון (שמועס | ביישטייערונגען) קאין תקציר עריכה |
||
| שורה 38: | שורה 38: | ||
פאלגנד איז די שילדערונג פונעם אבן עזרא'ס חלום און אן איבערזעצונג פון דעם אגרת השבת, ווי געשריבן דורכ'ן אבן עזרא אליין: | פאלגנד איז די שילדערונג פונעם אבן עזרא'ס חלום און אן איבערזעצונג פון דעם אגרת השבת, ווי געשריבן דורכ'ן אבן עזרא אליין: | ||
ס'איז געווען אינעם יאר פיר טויזנט ניין הונדערט און ניינצן (ד'תתקי"ט) אינמיטן נאכט פון שבת דעם פערצנטן טאג אין חודש טבת, ווען איך, אברהם הספרדי וואס ווערט גערופן אבן עזרא, בין געווען אין א שטאט אויפ'ן אינזל וואס ווערט גערופן "דער עק פון דער וועלט" | ס'איז געווען אינעם יאר פיר טויזנט ניין הונדערט און ניינצן (ד'תתקי"ט) אינמיטן נאכט פון שבת דעם פערצנטן טאג אין חודש טבת, ווען איך, אברהם הספרדי וואס ווערט גערופן אבן עזרא, בין געווען אין א שטאט אויפ'ן אינזל וואס ווערט גערופן "דער עק פון דער וועלט" וואס געפינט זיך אין דער זיבעטער יבשה פון דער באוואוינטער וועלט (דער אבן עזרא האט דאס געשריבן זייענדיג אין לאנדאן, וואס געפינט זיך אין ענגלאנד, וועלכע איז אן אינזל נעבן אייראפע), און איך בין געשלאפן א זיסן שלאף. | ||
מיטאמאל האב איך געזען אין חלום ווי ס'שטייט קעגן מיר א מלאך וואס קוקט אויס ווי א מענטש, אין זיין האנט האלט ער א פארמאכטן בריוו, און ער רופט זיך אן צו מיר, "נעם דעם בריוו וואס דער שבת האט דיר געשיקט." איך האב מיך געבוקט צום אויבערשטן און געבענטשט דעם אויבערשטן וועלכער האט אונז געגעבן דעם שבת, וואס ער האט מיך מכבד געווען מיט אזא כבוד [אז איך זאל באקומען א בריוו פונעם שבת]. איך האב אנגעכאפט דעם בריוו מיט ביידע הענט, עס געעפנט מיט א שמחה, און אנגעהויבן ליינען. | מיטאמאל האב איך געזען אין חלום ווי ס'שטייט קעגן מיר א מלאך וואס קוקט אויס ווי א מענטש, אין זיין האנט האלט ער א פארמאכטן בריוו, און ער רופט זיך אן צו מיר, "נעם דעם בריוו וואס דער שבת האט דיר געשיקט." איך האב מיך געבוקט צום אויבערשטן און געבענטשט דעם אויבערשטן וועלכער האט אונז געגעבן דעם שבת, וואס ער האט מיך מכבד געווען מיט אזא כבוד [אז איך זאל באקומען א בריוו פונעם שבת]. איך האב אנגעכאפט דעם בריוו מיט ביידע הענט, עס געעפנט מיט א שמחה, און אנגעהויבן ליינען. | ||
| שורה 88: | שורה 88: | ||
דעריבער איז דער פירוש פארפירעריש פאר אלע אידן, אין מזרח און אין מערב, די נאנטע און די ווייטע, די לעבעדיגע און די טויטע. און איינער וואס גלייבט אין דעם פירוש, זאל דער אויבערשטער נקמה נעמען אין אים די נקמה פון שבת. און דער וואס ליינט דעם פירוש הויך, זאל זיך זיין צונג צוקלעבן צו זיינע גומען. אויך איינער וואס שרייבט אזא פירוש צו מפרש זיין די תורה זאל זיך האנט אויסטריקענען און זיין רעכטע אויג זאל פארטונקלט ווערן. | דעריבער איז דער פירוש פארפירעריש פאר אלע אידן, אין מזרח און אין מערב, די נאנטע און די ווייטע, די לעבעדיגע און די טויטע. און איינער וואס גלייבט אין דעם פירוש, זאל דער אויבערשטער נקמה נעמען אין אים די נקמה פון שבת. און דער וואס ליינט דעם פירוש הויך, זאל זיך זיין צונג צוקלעבן צו זיינע גומען. אויך איינער וואס שרייבט אזא פירוש צו מפרש זיין די תורה זאל זיך האנט אויסטריקענען און זיין רעכטע אויג זאל פארטונקלט ווערן. | ||
== רעפערענצן == | == רעפערענצן== | ||
* הרב ב. שרייבער, "א דעלעגאציע פונעם שבת אין לאנדאן", [[אינטערעסאנט]], חשון תשפ"ב | *הרב ב. שרייבער, "א דעלעגאציע פונעם שבת אין לאנדאן", [[אינטערעסאנט]], חשון תשפ"ב | ||
{{רעפליסטע}} | {{רעפליסטע}} | ||
רעדאגירונגען