רוי:מזבח
מזבח באַצײכנט דאָס אָרט און איעריכטונג אױף װעלכן מען איז מקריב קרבנות. דאס װאָרט „מזבח“ שטאַמט פון „זבח“ (שעכטן).
„מזבח“ װערט דערמאָנט בײ נח (בראשית ח'), אברהם אבינו (בראשית י"ב) און אַנדערע, װעלכע האָבן מקריב געװען קרבנות. דער חומש שמות כ, זאָגט אָן, אַז מען זאָל מאַכן א מזבח פון ערד (מזבח אדמה), נאָר אויב מען מאַכט אַ מזבח פון שטיעער, טאָרן זײ ניט זײן קײן אױסגעהאַקטע (גזית) און מען טאָר זײ ניט האַקן מיט קײן שװערד. אױב אַ כהן האָט געהרגעט אַ מענטש בשוגג און ער האָט געטאָן די עבודה בײם מזבח, האָט מען אים ניט געטאָרט אָנרירן (גמרא מכות י"ב). סוכות פלעגט מען אַרומגײן דעם מזבח און זאָגן „אנא ה' הושיעה נא“, און אױך „יופי לך מזבח“ (ביזט שײן מיזבח!).
קוואַלן
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „מזבח” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!