רוי:מומביי
מומביי (מאראטיש: मुंबई, פריער באמביי, איז די הויפטשטאט פון דעם אינדיאנער שטאַט פון מאהאראשטרא. מיט א באפעלקערונג פון 13,662,885, זי איז די צווייטע מערסטע באפעלקערטע שטאט אין דער וועלט.[1] צוזאמען מיט די שכנותדיגע פארשטעט נאווי מומביי און טהאנע, איז דאס, מיט 19 מיליאן, דער וועלט'ס פינפטער מערסטער באפעלקערטער מעטראפאליטאנער שטח. מומביי איז א נאטירלעכער טיפער האוון אויפן מערב בארטן פון אינדיע. איר פארט באהאנדלט מער ווי העלפט פון אינדיע'ס ים-פראכט.[2]
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: מומביי |
דער הויפט פינאנציעלע האנדל ווערט אנגעפירט דא אין דער באמביי בערזע.
די שטאט איז זער גרויס, אריינפארן ארבעטן אין דער שטאט קען דויערן א שעה און נאך.
היסטאריע
די גרופע אינזלען וואס האבן אנטוויקלט צו דער שטאט מומביי געפינען זיך אויפן מערב בארטן פון אינדיע. ווען די בריטישע סוחרים זענען געקומען אינעם 17טן יארהונדערט האבן זיי אנגעהויבן שאפן פון דעם האוון א שטאט. זייט דעמאלסט האט די שטאט געוואקסן דורן א רייע פון ארבעט צוריקנעמען יבשה פונעם ים, און היינט איז די שטאט טאקע איין באדן. אין 1997 האט דער פארלאמענט געענדערט דעם נאמען פון דער שטאט אויף מומביי.
טעראר אטאקעס
לעצטנס איז מומביי געווארן דער ציל פון עטלעכע טעראר אטאקעס, טייל פון זיי גאר גרויס. אין 1993 זענען מער ווי 250 מענטשן געהרגעט געווארן אין א סעריע פון אויפרייסונגען פון אויטא באמבעס אין דער שטאט, וואס איסלאמישע טעראריסטן האבן אנגעפירט. אין 2003 זענען מער ווי 200 מענטשן געהרגעט געווארן אין אויפרייסונגען אין דער מומביי אונטערגרונט באן.
אום דער 26טן נאוועמבער 2008 האט אנגעהויבן אין דער שטאט א קאארדינירטע טעראר אטאקע וואס האט אויסגעהרגעט און פארוואונדער הונדטערטע בירגערס, אינדיאנער און מערבדיקערס. טעראריסטן באוואפן מיט ביקסן האבן געהערשט אויף עטלעכע ערטער, געהרגעט בירגערס און גענומען ערבניקעס. די אטאקע איז געווען גלײַכצײַטיק אין פארשידענע ערטער, פון זיי: טשהאראפאטי שיוואזשי סטאנציע, טאזש מאהאל האטעל, אבערוי טריידענט האטעל און דעם מומביי חב"ד הויז . אין די אטאקעס האבן זיי געהרגעאט מער ווי 195 מענטשן און פארוואונדעט מער ווי 300. דעם רב פונעם חב"ד הויז, הרב גבריאל האלצבערג און נאך פינף יידן האט מען געמערדעט קאלטבלוטיק.
רעפערענצן
- ↑ World Gazetteer estimate for 2008-01-01
- ↑ Manorama Yearbook 2006. Kottayam, India: Malayala Manorama. 2006. ISBN 8189004077.
וועבזייטלעך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!