רוי:מאלוסקן
מאלוסקן | ||||
---|---|---|---|---|
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע | ||||
|
דער שטאַם פון די מאלוסקן (Mollusca) איז איינער פון די מערסט־פארשפרייטע שטאמען פון בעלי חיים אן א רוקן ביין אויפן ערד פלאנעט. די וויסנשאפטלער ציילן אומגעפער 100,000 זגאלן, לעבעדיקע און פאסילן, וואס ווערן צעטיילט אויף זיבן אפטיילונגען.
די מאלוסקן זענען שטארק פארשפרייט און מען געפינט זיי איבער דער גארער וועלט; מערסטנס לעבן זיי אין ים און א טייל אין פרישוואסער זאמלונגען און אויף דער יבשה. דער קערפער פון די מאלוסקן איז ווייך און עס פעלט זיי אן אינערלעכן סקעלעט. דער ווייכער קערפער ווערט געשיצט דורך א מושל, וואס איז געבויט פון כיטין און קאלציום קארבאנאט. די מושל איז אפגעזונדערט דורך א צודעק אונטער וואס געפינט זיך דער "צודעק לאך". מאלוסקן האבן נאך א ספעציעלן געבוי וואס געפינט זיך אין דער פארדייאונג סיסטעמם פון מערסטן פון זיי, א ראצנדיקער צונג (דאס "ראדולא"), וואס איז געמאכט פון כיטין און זעט אויס ווי קליינע ציינדלעך. ווי אויך, האבן מאלוסקן א פוס וואס זיי ניצן צו באוועגן. מאלוסקן האבן אן אפענע בלוט־סיסטעם דורך וואס בלוט ווערט אריינגעגאסן אין דעם קערפער־לאך, וואו עס געפינט זיך די גלידער.
עסן מאלוסקן
אין פארשידענע לענדער עסט מען מאכלים געמאכט מיט מאלוסקן.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: מאלוסקן |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!