רוי:רבי ישראל יצחק קאליש

ווערסיע פון 18:22, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
יצחק וורקא.jpg

רבי ישראל יצחק קאליש זצ"ל (ה'תקל"ט - כ"ב ניסן ה'תר"ח), רבי אין ווארקע, באקאנט אלס רבי איציקל ווארקער, איז געווען דער גרינדער פונעם ווארקער חסידות.

אפשטאם

רבי יצחק איז געבוירן אין זאלאשין, לעבן קאליש, אין יאר ה'תקל"ט, צו זיין פאטער הרב שמעון קאליש א זון פון הרב יצחק קאליש. און צו זיין מוטער מרת יוטא. א רבנישע פאמיליע אפשטאמענדיג פון הרב מרדכי יפה "דער לבוש".

רבנות

נאך זיין חתונה איז רבי יצחק געווארן פון די תלמידים פון הרב דוד פון לעלאוו, וועלכער האט אים צוגעברענגט צו דעם חוזה פון לובלין, דארט איז ער געווארן פון די אנהענגער פון ייד הקדוש.

אין יאר ה'תקע"ה נאך דער פטירה פון זיינע רבי'ס איז רבי יצחק געווארן פון די גרויסע תלמידים פון הרב שמחה בונם פון פרשיסחא, נאך דער פטירה פון רבי אברהם דער זון פון רבי שמחה בונם איז רבי יצחק אריבער קיין ווארקא און דארט אויפגעשטעלט זיין חסידישן הויף מיט טויזנטער תלמידים און אנהענגער.

הסתלקות

רבי יצחק איז נפטר געווארן אחרון של פסח ה'תר"ח.

פאמיליע

איו עלטער פון פערצען יאר האט רבי יצחק געהייראט מרת רחל א טאכטער פון הרב מאיר פון זשאריק. זייערע קינדער:

  • מרת צפורה, די ווייב פון הרב צבי מרדכי באנהארד
  • מרת דבורה, די ווייב פון הרב אהרן זאקהיים פון נאדערזין
  • מרת שרה חוה, די ווייב פון הרב ישראל צבי רב אין ביאלאבזשעג
  • מרת בלומא די ווייב בזיווג ראשון פון הרב אברהם מושקאט.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!